Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אינעם זעלבן טאָג, דעם אַכטן אויגוסט, ווען דער הימל אין ביידזשינג איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די פֿאַנטאַסטישע פֿײַערווערק־פֿאָנטאַנען, וואָס האָבן מיט זייער פֿײַערלעכער דערהויבנקייט געמאָלדן וועגן דעם אָנהייב פֿון די אָלימפּישע שפּילן, איז דער הימל פֿון דרום־קאַווקאַז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די טייטלעכע פֿײַער־שטראָמען, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ בלוטיקער שחיטה, צווישן גרוזיע און דער סעפּאַראַטיסטישער רעפּובליק — דרום־אָסעטיע. דער דורותדיקער כּלל, אַז בעת די אָלימפּישע שפּילן מוזן די האַרמאַטן אויפֿהערן צו שיסן, איז געשטערט געוואָרן.


קהילה־לעבן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בערשאַדער שיל ווי זי זעט אויס הײַנט פֿון אינעווייניק

די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער.


רעליגיע, געשיכטע
אַ תּפֿילה אין שואַדיט, די ייִדיש-פּראָוואַנסאַלישע שפּראַך, פֿונעם 14טן יאָרהונדערט

אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן".


טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דרײַ גרינדער פֿונעם "הבימה"־טעאַטער, מאָסקווע, 1918: (פֿון רעכטס) מנחם גנעסין, נחום צמח און חנה ראָווינאַ

90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש.

אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן.


פֿונעם אייביקן קוואַל

הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל.


פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש.