- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דעם זונטיקדיקן נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", דעם 23סטן נאָוועמבער, לייענען מיר, אין אַן אַרטיקל פֿון אַ. סקאָט: "פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם איז איצט אַ חורבן-פֿילם געוואָרן מער אָדער ווייניקער דאָס זעלבע ווי אַ ‘וועסטערן’ צי אַ מלחמה-פֿילם, צי אַ היסטאָריש-עפּישע רעקאָנסטרוקציע מיט שווערדן און סאַנדאַלן — ס׳איז אַ טייל פֿון אַ זשאַנער, וועלכער האָט ווייניקער צו טאָן מיט געשיכטע, איידער מיט דעם וואָס אַ מאַסן-צושויער מעג דערוואַרטן פֿון אַזאַ זאַך. דאָס איז דער איינציקער, אָדער לכל-הפּחות דער סאַמע צוטריטלעכער וועג ניט אויסצומעקן דעם עבֿר פֿונעם זכּרון, כאָטש דאָס איז גלײַכצײַטיק אויך אַ מין אופֿן פֿון פֿאַרגעסן." ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס": פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿון מלך ווישוואַנאַט ד״ר מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנצן אין דער "לובין־געשעפֿט־שול" בײַם פּייס־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק, און אַ "פֿאָרווערטס"־לייענער נאָכן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמביי (הײַנט באַקאַנט ווי מומבײַ), אינדיע, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, בין איך געזעסן אין מײַן ביוראָ און צוגעגרייט מײַן לערן־פּלאַן פֿאַר דער קומעדיקער וואָך, ווען מײַן פּלימעניק, נפֿתּלי איידלמאַן, האָט אָנגעקלונגען און מיר געזאָגט, אַז חב״ד זוכט מענטשן, וואָס קענען עטלעכע אינדישע שפּראַכן, כּדי צו פֿאַרשטיין די ידיעות אין דער אינדישער פּרעסע. אויב איר קענט אַרײַנקוקן אינעם אָקאָרשט דערשינענעם נומער פֿון בערל (דובֿ־בער) קערלערס "ירושלימער אַלמאַנאַך" (נ׳ 28, תשס״ח — 2008), זאָלט איר וויסן אַז ס׳דערוואַרט אײַך דאָרט אַ באַזונדערער נחת־רוח. דער נומער איז גרויס (430זז׳, ממש די גרייס פֿון אַ גאַנץ בוך!), רײַך (45 באַטייליקטע!), שיין און אַ דערקוויקעניש פֿאַרן אויג, פֿאַרן מוח און פֿאַר דער נשמה! אויפֿן "אַלמאַנאַך" און אויף זײַן רעדאַקטאָר דאַרף מען בפֿירוש מאַכן די ברכה "שכּן־ירבו!" די נשמות פֿון יוסף און אַניע קערלער ע״ה, טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן. "איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן; "ויצא יעקב" — און יעקבֿ איז אַוועקגעגאַנגען פֿון באר-שבֿע, און האָט זיך געלאָזט קיין חרן. עשׂו איז געוואָרן אין כּעס אויף זײַן ברודער יעקבֿ — צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגענומען די ספּעציעלע ברכה פֿון זייער טאַטן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון עשׂון, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן. |