Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך איז אין ריגע, לעטלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ צוויי־טאָגיקער סאָמיט פֿון "נאַטאָ". ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע קאָרעספּאָנדענטן, לעבט שוין די שטאָט אַ געוויסע צײַט, ווי ס׳וואָלט, חלילה, אײַנגעפֿירט געוואָרן אַן אויסעראָרדנטלעכע לאַגע. עס זײַנען פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די זיכערהייט־מיטלען, געשלאָסן די צענטראַלע גאַסן, שאַרפֿצילערס האָבן זיך באַזעצט אויף די דעכער...


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.


װעלט פֿון ייִדיש
פֿון דאָבע רעסלער (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סי. קאַלעוויי ברוקס זינגט מיט דער קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע
דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט די "קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע" מיטן קאַפּעלמײַסטער, ד״ר האַנקוס נעצקי בראָש, פּרעזענטירט אינעם באָסטאָנער "בערקלי פֿאָרשטעלונג־טעאַטער", אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם — "צונויפֿמיש: קלעזמער באַגעגנט סווינג" (Mixin' It Up: Klezmer Meets Swing). מיט די קלעזמאָרים האָט געזונגען סי. קאַלאָוויי ברוקס, אַן אייניקל פֿון קאַב קאַלאָוויי, אַ באַקאַנטער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער און דזשעז־אָרקעסטער־אָנפֿירער (1907—1994).


קונסט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט.


ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מען קען פֿרעגן: די גרויסקייט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך ווײַט, ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט; וואָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערציילן וועגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל?

וועגן פֿינף מיט אַ מאָל, ווײַל לויט מײַן מיינונג זײַנען זיי געווען פֿון די בעסטע, מיט וועמען מיר איז אויסגעקומען מיטצואַרבעטן. וואָלט געגאַנגען אַ רייד ניט נאָר וועגן קינסטלערישער ליטעראַטור, וואָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זייער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויס פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרלאָזט די הייליקע היים, דאָס הויז פֿון אַ צדיק, און גייט צו אַ הויז פֿון אַ שווינדלער, פֿון אַ רשע. יעקבֿ האָט דעמאָלט געהאַט געלערנט פֿערצן יאָר אין דער ישיבֿה פֿון שם ועבֿר, האָט ער אויפֿגעהערט לערנען און זיך אַוועקגעלאָזט גיין קיין חרן און געקומען אין הויז פֿון לבֿן הארמי. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ פּאַסטעך און געפֿיטערט טאָג און נאַכט לבֿנס שאָף. ביז דאַן האָט יעקבֿ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גײַסטיקער עבֿודה, געלעבט דורכויס אין אַ וועלט פֿון רוחניות, און איצט האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מאַטעריעלע ענינים, מיט פּאַשען שעפּסן און ציגן.