- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די פּסחדיקע טעג ווילט זיך ניט שרײַבן וועגן טרויעריקע זאַכן. דערצו קומען דאָך אָן ניט ווייניק פֿריילעכע בשׂורות, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. גוטע נײַעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שווערע סחורה פֿאַר דער מעדיאַ. טראַגעדיעס, ניט יום-טובֿים, זײַנען בדרך-כּלל אין צענטער פֿון זשורנאַליסטישע באַמיִונגען צוצוציִען דעם עולם צו די טעלעוויזיע-קאַנאַלן, ראַדיאָ-סטאַנציעס צי צײַטשריפֿט. דאָס הייסט ניט, אַז מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וועגן בשׂורות-טובֿות. אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט". דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט. באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען. פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט. די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די מסכתּא "פּסחים" הייבט זיך אָן מיט דער משנה, וווּ סע שטייט: "פֿאַרן 14טן טאָג פֿונעם חודש ניסן, אין אָוונט, איז מען בודק דעם חמץ מיט אַ ליכטל". מע מוז נישט זוכן, זאָגט די משנה, אין אַלע פּלעצער, וווּ מע ברענגט נישט אַרײַן קיין חמץ. פֿונדעטסטוועגן, מוז מען יאָ בודק זײַן די ערשטע צוויי רייען פֿעסער אין אַ ווײַן־קעלער. רש״י דערקלערט, אַז הגם אַ ווײַן־קעלער איז, געוויינטעלעך, נישט אַ "חמצדיק" אָרט, קומט מען צומאָל אַהין אַרײַן מיט אַ שטיקל ברויט אין דער האַנט, ווען מע וויל ברענגען ווײַן צום טיש. |