Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אַ וויכטיקע פּאָליטישע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין מיטעלן מיזרח: די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין לבֿנון. די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן האָבן איבערראַשט, ווײַל נישט נאָר האָט מען פֿאָרויסגעזאָגט דעם ניצחון פֿון דער שיִיִטישער מיליטאַנטישער "כעזבאָלאַ"; מ׳איז געווען זיכער, אַז דער כעזבאָלישער בלאָק "קאָאַליציע מערץ 8", וועט איבערנעמען די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט. אָבער נאַט אײַך: פּונקט אַ פֿאַרקערטער רעזולטאַט — ס‘רובֿ ערטער אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט וועט פֿאַרנעמען די אַזוי גערופֿענע "קאָאַליציע מערץ 14",


ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אילנה שוהמי

אין משך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן נאַצי־חורבן האָט זיך די שארית־הפּליטה געשעמט צו דערציילן איינער דעם אַנדערן, זייערע אייגענע קינדער און דער וועלט בכלל, וועגן די קאָשמאַרן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. צו גרויס איז געווען זייער פּײַן און צו טיף זייער ווייטיק און בושה וועגן דעם אַלץ וואָס ס’איז מיט זיי פֿאָרגעקומען. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט מען געהאַט גענוג כּוח דאָס אַלץ צו דערציילן אויף אַ דעטאַליזירטן אופֿן. און אַפֿילו די דײַטשן האָבן גענומען פֿאַרשטיין, אַז אויך זיי האָבן אַ חובֿ כאָטש צו דערציילן און מיט עפּעס מתקן צו זײַן אין שײַכות דערמיט.


ייִדיש־וועלט
פֿון רעכטס: ד״ר דובֿ־בער קערלער, ד״ר שבֿע צוקער און דער דיכטער משה שקליאַר

דעם 16טן מײַ, אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב" פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם זשונראַל "חשבון" און זײַן רעדאַקטאָר משה שקליאַר. עס האָבן זיך באַטייליקט: לילקע מײַזנער, מרים קאָראַל, דובֿ־בער קערלער און משה שקליאַר. ד״ר שבֿע צוקער האָט געהאַלטן אַ רעדע וואָס מיר דרוקן ווײַטער. אויפֿן אַנדערן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע זשורנאַלן בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט.


פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך די מעדיאַ באַשעפֿטיקט, דער עיקר, מיט די געשעענישן אין כינע, אויף דעם טיאַנאַנמען-פּלאַץ. דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען די כינעזישע פֿירער האָבן געמוזט אויסקלײַבן דעם ווײַטערדיקן וועג פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט: אָדער בלײַבן אַ קאָמוניסטישע מלוכה, אָדער פֿאַרקערעווען אויפֿן דרך פֿון דעמאָקראַטיע. כּדי ניט אַראָפּגיין פֿון די רעלסן, דורכגעלייגט פֿאַרן ערשטן וועג, האָט מען אומברחמנותדיק דערשטיקט די אַרויסטרעטונג פֿון די יונגע כינעזישע לײַט, וואָס האָבן געחלומט וועגן ערנסטע פּאָליטישע רעפֿאָרמען.


משפּחה, קהילה־לעבן

צוליב דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג אין אַמעריקע, און בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, זעט מען הײַנט אַ סך מער חתונות, געפֿירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַ גאַסט וואָס איז בלויז צוגעוווינט צו גיין אויף נישט־פֿרומע חתונות, וועט באַלד באַמערקן אַ צאָל אונטערשיידן: די כּלה טראָגט אַ באַשיידן חופּה־קלייד; די מאַנסבילן און די פֿרויען טאַנצן באַזונדער און, בדרך־כּלל, באַגריסט מען דעם צווייטן מין מיט אַ וואַרעמען שמייכל, נישט מיט אַ קוש.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות זענען באַהאַנדלט געוואָרן די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, און די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המזבח. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן.

אינעם חשבון פֿון די צוועלף שבֿטים, וואָס האָבן געבראַכט די קרבנות אין דער פֿאָריקער פּרשה, זענען אַרײַן די צוויי טיילן פֿון שבֿט יוסף, אַפֿרים און מנשה, אָבער נישט די כּהנים און לוויים.