Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אייראָפּע שרײַט — גוואַלד! וואָס איז? רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד קאָנען נישט קומען צו אַ הסכּם וועגן די נאַפֿט־פּרײַזן, לײַדן דערפֿון פּוילן, דײַטשלאַנד, סלאָוואַקײַ, טשעכיע און אונגאַרן — די שותּפֿים פֿון דער נאַפֿט־לייטונג "פֿרײַנדשאַפֿט". די דאָזיקע "פֿרײַנדשאַפֿט" האָט זיך נאָך אָנגעהויבן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען דײַטשלאַנד האָט געמיינט, דער מיזרחדיקער טייל, און טשעכאָסלאָוואַקײַ איז נאָך געווען איין מלוכה; שוין אָפּגערעדט, אַז רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען צוויי "ברידערלעכע רעפּובליקן" אינעם גרויסן און מעכטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות.

אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.


קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אַרבעטער פֿון דער לובלינער מוניציפּאַליטעט פֿירן איבער דעם ייִדישן חורבן־מאָנומענט
פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט מען אַוועקגעטראָגן דעם ייִדישן חורבן־מאָנומענט פֿון זײַן אָרט אין צענטער שטאָט לובלין, כּדי דאָרט צו בויען אַן אונטערערדישן גאַראַזש פֿאַר 1,300 אויטאָס.

דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער היסטאָריקער מאָרטען טהינג קומט צו זײַן טעמע "ייִדישע דרוקערײַ אין דענמאַרק" דורך אַ צופֿאַל. אָנהייב 90ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן פֿאָרשן וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן אין דענמאַרק. ווען ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זײַנע געפֿינסן, האָט אַן עלטערער ייִד אים געפֿרעגט, צי ער האָט זיך אויך באַניצט מיט ייִדישע קוואַלן. טהינג, אַ געבוירענער אין 1945, און אַליין אַן אייניקל פֿון רוסישע ייִדן, האָט זיך געמוזט מודה זײַן, אַז צום באַדויערן קען ער ניט קיין ייִדיש. האָט דער ייִד אים פֿאָרגעלייגט צו ווערן זײַן לערער פֿון ייִדיש. און געווען איז דאָס אָדם מאַרקוספֿעלד, דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע בונדיסטן אין דענמאַרק. מאַרקוספֿעלד איז געווען צווישן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן אין 1969. אַ טייל פֿון דער דאָזיקער עמיגראַציע האָט זיך באַזעצט אין די סקאַנדינאַווישע לענדער.


טעאַטער
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿײַוויש פֿינקעל (רעכטס) און טעאָדאָר ביקעל
ברוך־השם, ס׳איז אַ גרינגע אַרבעט צו רעצענזירן אַ געראָטענע טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. דעריבער קומט אַ פּערזענלעכן דאַנק דער "פֿאָלקסבינע" און די אַלע אַקטיאָרן און מיטאַרבעטער, וואָס האָבן געהאָלפֿן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אויפֿצופֿירן אַ גלענצנדיקע פֿאָרלייענונג פֿון "די קאָמעדיאַנטן" ("The Sunshine Boys" בלע״ז) פֿון ניל סײַמאָן, איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון מרים האָפֿמאַן.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה שמות הייבט זיך אָן מיטן דערציילן וועגן דעם גלות מצרים, ווי יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אַראָפּגענידערט אין מצרים: "ואלה שמות בני ישׂראל הבאים מצרימה וגו׳" — און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די בני ישׂראל, וואָס זײַנען געקומען אין מצרים. און עס ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען: ראובֿן, שמעון, לוי און אַזוי ווײַטער. איז מערקווירדיק, אַז דער מדרש (שמות רבה א, ה) זאָגט גאָר אויף דעם: "על שם גאולת ישׂראל נזכּרו כּאן", אַז זייערע נעמען ווערן דאָ דערמאָנט אין שײַכות גאָר מיט דער גאולה; און אין המשך פֿון דעם ענין טײַטשט דאָרט דער מדרש אויספֿירלעך, ווי יעדער נאָמען פֿון די שבֿטים איז מרמז אויף דער גאולה.