Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרשלעפּטע קרענק, די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם און די סכּנה, וואָס ברענגט מיט זיך איר רעאַליזאַציע, באַזאָרגט נישט בלויז דעם מערבֿ, נאָר אויך די נאָענטע שכנים און אמונה־ברידער פֿון איראַן, די מוסולמענישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח.

אַ באַלערנדיקע אויספֿאָרשונג צווישן די אַראַבישע לענדער האָט דורכגעפֿירט די קאָמפּאַניע YouGove, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 1,012 רעספּאָנדענטן פֿון 18 לענדער.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשים בראָכו אין דער ראָלע פֿון זיראָ מאַסטעל

איך מוז אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, אַז אַזאַ הנאה ווי פֿון דער איין־פּערזאָניקער פֿאָרשטעלונג "די זיראָ־שעה" האָב איך שוין פֿון לאַנג נישט געהאַט. ערשטנס, האָט עס צו טאָן מיטן גרויסן און באַרימטן קינסטלער־אַקטיאָר־קאָמיקער זיראָ מאָסטעל, אויסגעפֿירט פֿון אַ ריזיק פֿעיִקן אַקטיאָר, וועלכער ענדלט ווי צוויי טראָפּן וואַסער צום קאָמיקער, און ער הייסט דזשים בראָכו. דער זעלבער בראָכו האָט אויך געשריבן דעם בריליאַנטענעם סצענאַר. און רעזשיסירט האָט עס די אַמאָליק־באַרימטע האָליוווּדער אַקטריסע פּײַפּער לאָרי, וואָס עס פֿעלט איר נישט קיין לויבגעזאַנגען פֿאַר אירע אויפֿטריטן אין אומצאָליקע האָליוווּדער פֿילמען, באַרימטע פּיעסעס אויף בראָדוויי און טעלעוויזיע.


פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צום ערשטן מאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ אינעם סאַמע צענטער פֿון קעשענעוו, בײַם אַרײַנגאַנג אינעם שטאָטישן פּאַרק, וואָס הייסט הײַנט "אייראָפּע־פּלאַץ". אַזאַ נאָמען האָט צוגעטראַכט דער איצטיקער מעיאָר פֿון קעשענעוו דאָרין קירטאָאַקע, ווי אַ סימבאָל פֿון די באַמיִונגען מצד דער איצטיקער מאַכט אײַנצושליסן מאָלדאָווע אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די מאַכט־פֿאָרשטייער האָבן אַליין פֿאָרגעלייגט דער קעשענעווער ייִדישער קהילה אויפֿצושטעלן אַ מנורה אויף אַזאַ אָרט.


ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון לינקס: פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך און קערי פֿרידמאַן־כּהן

(אײַנדרוקן און קאָמענטאַרן)

גאַנצע פֿיר יום־טובֿדיקע טעג אין דער וואָכן, פֿון 7טן ביזן 10טן דעצעמבער 2009, איז דאָ פֿאָרגעקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ: "הונדערט יאָר ייִדיש 1908—2008". אין דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע, מיט דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט, צוזאַמען מיט דעם אינסטיטוט פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדנטום און דעם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים — אונטער דער לייטונג פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך — האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די פּראָפֿעסאָרן אלי לעדערהענדלער, שאָול שטאַמפֿער און פּראָפֿ׳ אַהרון ממן.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מדינת־ישׂראל איז געבוירן געוואָרן מיטן חלום פֿון שלום — אין די הערצער און אויף די ליפּן פֿון אירע טרוימער און באַשאַפֿער, פֿון אירע בירגער און אירע פֿרײַנד. דער שלום איז ביז איצט, איין און זעכציק און אַ האַלב יאָר, געווען איינער פֿון אירע ערשטע און פֿון די העכסטע פּריאָריטעטן. יעדע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע און יעדע טעטיקייט־פּלאַטפֿאָרם פֿון יעדער איינער פֿון די ביז איצטיקע רעגירונגען פֿלעגט זיך יעדעס מאָל אָנהייבן מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו גיין אויפֿן וועג וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינה; יעדע באַוועגונג, לויט אירע השׂגות, יעדע רעגירונג לויט אירע כּוונות.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז יוסף אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. "ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען.