Video Banner

נישט אַנדערש ווי אַ נס קאָן מען אָנרופֿן דעם פּרוּוו אויפֿצורײַסן אַן אויטאָ, אָנגעלאָדן מיט אויפֿרײַס־חומר אין סאַמע צענטער פֿון ניו־יאָרק. אַ נס, וואָס דער טעראָריסט איז געווען אַ פּאַרטאַטש און געמאַכט אַ שלעכטע באָמבע; אַ נס, וואָס דער גאַסן־הענדלער, אַ וועטעראַן פֿון דער וויעטנאַמער מלחמה, איז געווען אַ וואַכזאַמער מענטש און האָט באַלד זיך פֿאַרבינדן מיט דער פּאָליציי. אַ נס, וואָס די פּאָליציי האָט אַזוי גיך רעאַגירט און אָנגענומען אַלע זיכערהייט־מיטלען, כּדי אַרויסצופֿירן דעם עולם פֿון דער געפֿערלעכער זאָנע.


‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

טינט און גאָלד לאָזט מען שטיין,
ווען מע רופֿט, מוז מען גיין.
(פֿאָלקסליד)

עס איז טשיקאַווע, וואָס נח פּרילוצקי האָט אויסגעקליבן די טעמאַטיק פֿון טויט פֿאַר זײַן צווייטער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס איז דערשינען אין וואַרשע, תּרע״ג (1913).


געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Larry Wolff. The Idea of Galicia: History and Fantasy in Habsburg Political Culture. Stanford University Press, 2010.

דער באַגריף "גאַליציע" איז גאַנץ טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן היסטאָרישן באַוווּסטזײַן. די סטערעאָטיפּישע געשטאַלט פֿון "גאַליציאַנער" איז דער היפּוך צו דעם סטערעאָטיפּישן "ליטוואַק". דער ערשטער איז אַ נאַיִווער און פּאַטעטישער חסיד, צומאָל אַ ביסל אַ צעטראָגענער; דער צווייטער איז אַ קאַלטער און שאַרפֿזיניקער מתנגד. אָבער ווי עס באַווײַזט פּראָפֿעסאָר לאַרי וווּלף אין זײַן פֿאָרשונג וועגן דער "אידעע פֿון גאַליציע", איז דער גאַנצער באַגריף פֿון גאַליציע היסטאָריש רעלאַטיוו נײַ, להיפּוך צו דעם באַגריף פֿון "ליטע",


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2טן נאָוועמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געוואָרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די שישים ריבוא — די 600,000 ייִדן, וואָס האָבן דעמאָלט באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצלס נבֿואה וועגן דער מדינה, וואָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער ווי אַ חלום.


אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם ייִדישן זשורנאַליסט א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס איז אין 1901 געקומען קיין אַמעריקע, געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און אַנדערע צײַטשריפֿטן. אין די יאָרן 1905—1914 האָט ער געוווינט אין וואַרשע און ווילנע, געדרוקט אַ סך אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אין געווען אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. אין 1914 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך אויך ווײַטער אָפֿט באַווײַזן אין דער צײַטונג.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ערשטער טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון שמיטה. די תּורה הייסט אָפּשטעלן די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אַרבעט אין ארץ-ישׂראל יעדע זיבן יאָר. אויב אַפֿילו דאָס גערעטעניש וואַקסט פֿון זיך אַליין, טאָר מען עס ניט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, ווי אין געוויינטלעכע יאָרן; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן בלײַבן אָפֿן פֿאַר אַלעמען — פֿאַר מענטשן און אַפֿילו פֿאַר חיות.