Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

איצט, ווען מיר האַלטן אין שרײַבן דעם לייט־אַרטיקל געפֿינען זיך די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען אין וואַשינגטאָן אין סאַמע ברען. צי מיינט עס, אַז ביידע צדדים האָבן טאַקע ממש געברענט זיך צו טרעפֿן אין וואַשינגטאָן; און סוף־כּל־סוף, אָנהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן זיך? דעם אמת געזאָגט, געברענט מיט חשק האָט מער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע. ס'איז שוין געוואָרן אַ מין מינהג, אַז יעדער נײַער באַלעבאָס אין "ווײַסן הויז" האַלט פֿאַר נייטיק זיך אײַנשטעלן פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח.


קונסט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עדואַרד מײַדענבערג

די טעג פֿײַערט די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע דעם 50סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אייגנאַרטיקן מאָלער און גראַפֿיקער, וואָס זײַן שאַפֿונג איז גוט באַקאַנט אויך אין אויסלאַנד, עדואַרד מײַדענבערג. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער אַמאָן מײַדענבערג, וועלכער האָט איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש די ווערק פֿון גרויסע ליטעראַטור־מײַסטערס, ווי שעקספּיר, טאָלסטוי, דזשעק לאָנדאָן, קיפּלינג, טורגעניעוו און אַנדערע. זײַן מוטער איז אַ לערערין פֿון געשיכטע, אויך זייער אַ פֿעיִקע מוזיקערין און שפּילט פּיאַנע און אַקאָרדעאָן.


ייִדיש־וועלט
אַ גרופּע יונגע לײַט מאַכט זיך היימיש אויף דער ייִדיש־וואָך. פֿון רעכטס: ריינע שעכטער, רבֿקה דוד, מירעלע קעסלער, אשר פֿינקל, קלמן דוד, לײַלאַ פֿעדער, אַרעלע ווישוואַנאַט, דניאל שעכטער (קרעדיט: בענאַ קעסלער)

ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש.

אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער.


מוזיק, ביאָגראַפֿיעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עדי ראָזנער

יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן.

לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי.


פֿאַרשײדנס
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אין מאַרק פֿאַר ראָש־השנה (מאָלער: מאיר קירשענבלאַט)

און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א.

די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג...

אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן...


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע העלפֿט פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה הייסט "נצבֿים" — "איר שטייט". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן — זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע און גרים, מנהיגים פֿון גאַנצע שבֿטים און פּשוטע האָלצהעקער — און דערקלערט, אַז זיי זענען אַלע גלײַך פֿאַרן אייבערשטן, און טראָגן דאָס אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן.