- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, ייִוואָ, איז שוין ניט קיין יונגער־מאַנטשיק. זײַן אידעאָלאָגישער און אָרגאַניזאַציאָנעלער יסוד איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט 85 יאָר צוריק, ווען אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין בערלין — אַ וויכטיקער ייִדישער קולטור-צענטער אין יענע צײַטן. דעמאָלט, אין יאָר 1925, האָט מען דעם ייִדישן אַקאַדעמישן אָלימפּ געזען ניט ווי איין באַרג, נאָר עטלעכע בערג, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע שטעט: בערלין, וואַרשע, ווילנע, פּאַריז... אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע סטרוקטור וואָלט גוט אָפּגעשפּיגלט די ייִדישע מאַפּע און אויסגענוצט דעם פֿאַראַנענעם אַקאַדעמישן פּאָטענציאַל. דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז דער ייִדישער אינסטיטוט האָט פֿאַרמאָגט סײַ אַ ווירטועלע געאָגראַפֿיע, סײַ אַ רעאַלען באָדן — אין ווילנע. דווקא אין ווילנע האָט זיך באַוויזן אַן אייגענער בנין, מיט אָנגעשטעלטע, מיט אַ ביבליאָטעק און אַרכיוו. איך בין אַ תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע שוין איבער 50 יאָר, אָבער אַזאַ הייסן זומער ווי הײַיאָר, געדענק איך נישט. פֿון דעסטוועגן, האָט די היץ נישט אָפּגעשטעלט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן און די אַלע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן זײַנען צושטאַנד געקומען. קודם־כּל וויל איך דערמאָנען די יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדן 12טן אויגוסט, געווידמעט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער. דער טערמאָמעטער איז אַרויף ביז + 38 גראַד C, אָבער דער זאַל פֿונעם קהילה־צענטער, וואָס נעמט אַרײַן 200 מענטשן, איז געווען פֿול געפּאַקט. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערמאָנט אין מײַן קאָלומנע, אַז אויף וואַקאַציעס קיין לעטלאַנד זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — געקומען סוף אויגוסט אָן אונדזער וואַליזע. אין דעם רויטן טשעמאָדאַן זײַנען, אַ חוץ אַנדערע חפֿצים, געלעגן אויך די ביכער, וואָס מיר האָבן פּלאַנירט צו לייענען. האָבן מיר קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט גלײַך גיין און אײַנקויפֿן אַלע נייטיקע זאַכן. קיין פּראָבלעם איז עס, גאָט צו דאַנקען, ניט געווען. דער ביכער-געשעפֿט, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז געווען אַ האַלב-לעטישער (איך קען ניט די שפּראַך) און האַלב-רוסישער.
דער בונד׃ דאָקומענטן און מאַטעריאַלן, 1894 — 1921.
די געהיימע אָרגאַניזאַציע מיט דעם הויכן נאָמען "דער אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטער־בונד" איז געשאַפֿן געוואָרן אום יום־כּיפּור פֿון 1897 דורך אַ גרופּע פֿון דרײַצן מענטשן, וועלכע האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין אַ קליין שטיבל אין דער ווילנער אָרעמער געגנט לוקישקעס. דאָס זײַנען געווען דעלעגאַטן פֿון עטלעכע סאָציאַליסטישע קרײַזלעך פֿון ליטע און פּוילן, וועלכע האָבן זיך גרופּירט אַרום צוויי ייִדישע צײַטונגען, דער אונטערערדישער "אַרבעטער־שטימע" און דעם אויסלענדישן "ייִדישער אַרבעטער". דער "בונד" איז דעמאָלט געווען די גרעסטע און די שטאַרקסטע פּראָלעטאַרישע פּאַרטיי אין רוסלאַנד. ווען טאַטע־מאַמע גטן זיך, באַקומט די מאַמע, בדרך־כּלל, דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל געוויינטלעך איז די מאַמע (כאָטש לויט די טראַדיציאָנעלע סטערעאָטיפּן) דער מענטש, וואָס קאָכט די מאָלצײַטן, וואַשט די וועש, העלפֿט די קינדער מיט דער היימאַרבעט און לייגט זיי שלאָפֿן. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, איז דער הייליקסטער טאָג אינעם ייִדישן לוח, ווען דער באַשעפֿער איז מוחל אונדזערע עבֿירות, אויב מיר טוען תּשובֿה ווי געהעריק. מע פֿאַסט, מע דאַוונט כּמעט אָן אַן הפֿסק אַ גאַנצן טאָג, מע איז זיך מתוודה פֿאַרן אייבערשטן און מע טראַכט, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער גײַסטיק לעבן און אונדזערע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן אינעם נײַעם יאָר. |