Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

סוף סעפּטעמבער, אָנהייב אָקטאָבער מערקט מען אָפּ דעם אָנדענק פֿון די 33,771 אומגעבראַכטע ייִדן אינעם טרויעריק־באַוווּסטן באַבי־יאַר. דעמאָלט, אין ווײַטן 1941, נאָך צען טעג שחיטה, האָט די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע אין קיִעוו, אוקראַיִנע, ראַפּאָרטירט קיין בערלין: "די שטאָט איז judenfrei!".


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלאַן בורק

ערשט נישט לאַנג איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ פֿאָרשטעלונג וועלכע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער "שיל פֿאַר קינסטלער," אין טרײַבעקאַ, ניו־יאָרק. די טעאַטראַלע טרופּע רופֿט זיך "קאַבאָש־טעאַטער־קאָמפּאַני," און ס׳איז אַ טייל פֿון אירלענדישן פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר די טעג אין ניו־יאָרק.

איך דערוויס זיך דערבײַ, אַז די גאָר קליינינקע ייִדישע קהילה אין אירלאַנד איז אָנגעקומען אַהין נאָך אין די 1850ער יאָרן, ווען אַ מיעוט פֿון זיי איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דמיטרי פֿעלדמאַן, דמיטיר פּאַנאָוו.
שטורמישע יאָרן פֿונעם "שטילן פֿעלד" אין נײַ־רוסלאַנד׃ צוויי יאָרהונדערט פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע "סיידעמענוכע".
מאָסקווע׃ דרעוולעכראַנילישטשע, 2009


די פּאָליטיק פֿון דער צאַרישער רעגירונג און דער סאָוועטישער מאַכט לגבי די ייִדן איז געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן, אָבער ביידע האָבן זיי געהאַט איין בשותּפֿותדיקן אַספּעקט: זיי האָבן געשטיצט ייִדישע קאָלאָניזאַציע און אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשידענע פּראָיעקטן ריזיקע געלטער, הגם קיין ממשותדיקן רעזולטאַט האָט מען דערפֿון ניט באַקומען.


ביאָגראַפֿיעס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעלענאַ איוואַנאָוואַ

לעצטנס, עלטער איך זיך מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קוריער־צוג און אפֿשר נאָך גיכער. ס’הייסט, נאָך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן בענק איך ניט. גיכער פֿאַרקערט. וואָלט, לאָמיר זאָגן, געווען אַ מעגלעכקייט אָנהייבן אַלץ פֿון אָנהייב, וואָלט איך, ניט פֿאַרקלערנדיק זיך, אָפּגעזאָגט. נאָר... פֿיל שווערער ווערט אַריבערצוטראָגן די אומדערטרעגלעכע ישׂראלדיקע היצן, ווי אויך די קעלטן; די ראיה און געהער ווערן אָפּגעשוואַכט, דער קאָפּ דרייט זיך אויף ניט אָפּצושטעלן; די פֿיס בריקעווען זיך און ווילן ניט פֿאָלגן; און, אָפֿן גערעדט, ווערן שוין פֿאַרגעסן נעמען, אַפֿילו פֿון נאָענטע באַקאַנטע.


פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענעראַל אַריאל שרון (אין מיטן) מיטן שוץ־מיניסטער משה דיין (לינקס), בעת דער
יום־כּיפּור־מלחמה, אָקטאָבער 1973, אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿונעם סועץ־קאַנאַל אין עגיפּטן

איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.

אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע";


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אינהאַלט פֿון די תּורה־פּרשיות האָט תּמיד אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרענדיקט די האַרבסטיקע יום־טובֿים. יעדעס יאָר לעבן מיר איבער, אויפֿן פּערזענלעכן אינערלעכן ניוואָ, דעם סדר פֿון מעשׂה־בראשית. די ימים־נוראָים איז די צײַט, ווען מיר ווערן גײַסטיק באַנײַט, אַזוי ווי באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. במשך פֿונעם זיבן־טעגיקן חג־הסוכּות פֿאַרשפּרייטן מיר די דאָזיקע באַנײַונג אין אַלע זײַטן פֿון דעם עולם־הזה.