Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

צווישן די צען געבאָט, וואָס משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿאָלק פֿון באַרג סיני, געפֿינען מיר אויך דעם "לא תּעשׂה לך פּסל" — מאַך זיך נישט קיין געצל. מיר ווייסן שוין אָבער גוט, אַז ס'איז נישטאָ אַזאַ "לא" מע זאָל פֿון אים זיך נישט קאָנען מאַכן "כּלא ידע".

נישט איין מאָל האָט די מענטשלעכע וועלט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק און געשאַפֿן פֿאַר זיך קלענערע און גרעסערע געצלעך. בדרך־כּלל, טרעפֿט זיך עס, אין די אַזוי גערופֿענע סמוטנע, אומזיכערע צײַטן, ווען די פֿעלקער זוכן אַן אויסוועג אינעם שטעלן איבער זיך אַ געצל; אָדער ווען אַ פּשוטער בשׂר ודם שטעלט זיך אַליין אַרויס פֿאַר אַ געצל און דער המון כאַפּט עס אונטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה זעט ער נישט. אין ביידע פֿאַלן ווערט אַזאַ פֿאָלק געשטראָפֿט!


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַל פּאַטשינאָ אין דער ראָלע פֿון שײַלאָק

דאָס מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זען אויף בראָדוויי דעם באַרימטן האָליוווּדער־ און טעלעוויזיע־שטערן אַל פּאַטשינאָ, אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיק." דער זאַל איז געווען געפּאַקט. איך דערקען ייִדישע פּנימער. די בינע איז באַצירט ווי אַ הײַנטצײַטיקע וואָל־סטריט־בערזע (מאַרק ווענדלאַנד), די קאָסטיומען (דזשעט גאָלדשטיין) וואָס מ׳קען מסתּמא הײַנט געפֿינען אין אַ לוקסוריעזן געשעפֿט אויף פֿינפֿטער עוועניו "בערגדאָרף־גורדמאַן." בלויז שײַלאָק, דער ייִד (אַל פּאַטשינאָ), דרייט זיך אַרום איבער דער בינע ווי אַן אָפּגעריסענער, היישעריק, פֿאַרשוויצטער פּראָצענטניק. און די ייִדן אַרום אים זעען אויס ווי זיי וואָלטן אַרויסגעקומען פֿון הײַנטיקן וויליאַמסבורג, נעט אָנגעטאָן אין אַ ייִדישן גאַרדעראָב.


געזעלשאַפֿט

אין אוריאל ווײַנרײַכס האַנטביכל פֿאַר טוריסטן, Say it in Yiddish (זאָגט עס אויף ייִדיש), גיט ער איבער פֿאַרשידענע טערמינען און פֿראַגעס, וואָס אַ קונה קאָן פֿרעגן ווען ער באַשטעלט אַ צימער אין אַ האָטעל, ווי, למשל, "וויפֿל קאָסט אַ צימער מיט צוויי בעטן?" אָדער "צי סערווירט מען דאָ פֿרישטיק?" אָבער צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט נישט פֿאַראַן קיין ייִדיש־רעדנדיקע מלוכה, זעט דאָס ביכל אויס מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר ייִדישיסטן, איידער אַ פּראַקטישער וועגווײַזער.


דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
דער כאַרקאָווער אַגראָנאָם יצחק בערגער (1) מיט די פֿאָרשטייער פֿונעם מאָסקווער אַפּטייל פֿון "אַגראָ־דזשוינט"; יוסף ראָזען אין מיטן (2), 1925

דעם 12טן און 13טן סעפּטעמבער 1925 האָבן זיך זעקס הונדערט ייִדישע כּלל-טוער צונויפֿגעקליבן אין פֿילאַדעלפֿיע אויף אַ קאָנפֿערענץ. דער "פֿאָרווערטס" האָט די אַסיפֿה דעמאָלט אָפּגעשאַצט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אַזאַ אָפּשאַצונג האָט, אפֿשר, אין זיך געטראָגן אַ שמץ פֿון גוזמא. אָבער אויסערגעוויינטלעך וויכטיק איז די צונויפֿקומעניש בלי-ספֿק געווען. פֿון אירע באַשלוסן איז געווען אָפּהענגיק דער גורל פֿון הונדערטער טויזנטער ייִדן אין אַ צאָל לענדער, דער עיקר אין רוסלאַנד.


פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ צייכן פֿאַר דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער אין שטעטל אומאַן (אוקראַיִנע)

אומאַן, דאָס קליינע שטעטל אין אוקראַיִנע, דאָס אָרט וווּ עס האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן, און וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער, איינער פֿון די באַרימטע חסידישע רביים אין דער גאָרער ייִדישער וועלט.

ער איז געווען אַן אוראייניקל פֿון דעם בעל־שם־טובֿ אַליין און האָט זיך געהאַלטן ווי דער איינציקער, ריכטיקער אויסטײַטשער פֿון זײַן זיידנס ירושה.

ווי באַוווּסט, האָט ער צוליב דעם זיך געשאַפֿן אַ סך שׂונאים און קריטיקער מצד די אַנדערע חסידישע רביים פֿון זײַן צײַט.

אין יאָר 1798 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און נאָך זײַן צוריקקומען פֿון דאָרטן האָט ער זיך באַזעצט אין בראַצלאַוו.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די לעצטע צוויי פּרשיות געווען דורכגענומען מיט אומעט און אומזיכערקייט, און זייערע נעמען גופֿא — "ויצא" און "וישלח" — זענען פֿאַרבונדן מיט יעקבֿס לאַנגער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער לבֿן און מיט זײַן סכּנותדיקער באַגעגעניש מיט עשׂו און עשׂוס מלאך. אַחוץ דעם, ווערט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט די סתּירותדיקע מעשׂה וועגן שמעונס און לויס נקמה פֿאַר זייער שוועסטער, דינה, ווי אויך וועגן דעם טויט פֿון יעקבֿס באַליבט ווײַב, רחל.