- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע געשעענישן אין מיטעלן מיזרח האָבן פּלוצעם אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט, אַז אין יענעם טייל האָט במשך פֿון צענדליקער יאָרן אויסגערײַפֿט אַ מכּה, וואָס קיינער — נישט די דיקטאַטאָרישע פֿירער פֿון די לענדער און נישט די פֿרײַע וועלט — האָבן זי נישט געוואָלט באַמערקן. אַלע זײַנען פֿאַרבלענדט פֿון דער בעלמע אין זייערע אויגן, וואָס הייסט, ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אַזאַ קורצזיכטיקע, הינערפּלעטנדיקע פּאָליטיק האָט געלוינט סײַ די דיקטאַטאָרן אָנצוהאַלטן זייער מאַכט, און סײַ די דעמאָקראַטישע מערבֿדיקע רעגירונגען צו האָבן מיט אַזאַ מאַכט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען. גוט־מאָרגן, ישׂראל. שלום. ווי האַלט עס מיט דער וווּלקאַן־שׂרפֿה דאָרט בײַ אײַך אין דעם נאָענטן און מיטעלן אָריענט? און ווי האַלט עס דאָרט מיטן שלום? אַן אַלטער וויץ וואָס פֿלעגט ווערן צוגעפּאַסט צו פֿאַרשיידענע געענדערטע אומשטאַנדן דערציילט, לאָמיר זאָגן, וועגן אַ ייִדישער פֿרוי אין סטאַלינס צײַטן אין סאָוועט־רוסלאַנד, וואָס האָט געשוואַנגערט גאַנצע צוועלף יאָר. יעדעס יאָר פֿלעגט דאָס קינד אַרויסשטעקן דאָס קעפּל און פֿרעגן, צי סטאַלין לעבט נאָך, און דאַן אַן אַנטוישטער צוריק אַרײַנשטעקן דאָס קעפּעלע אין דער מאַמעס טראַכט. ווען סטאַלין איז ענדלעך געשטאָרבן און דאָס ייִנגעלע איז, מיט מזל, געבוירן געוואָרן, האָט מען עס, גלײַך נאָכן ברית אָנגעהויבן צוגרייטן אויפֿן אַנדערן יאָר, צו זײַן בר-מיצווה.
"החדר׃ מחקרים, תעודות, פּרקי ספֿרות וזיכרונות".
דער חדר איז אפֿשר די סאַמע צענטראַלע אינסטיטוציע פֿון דער אַשכּנזישער קולטור. "אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איז דער חדר געווען דאָס אָרט, וווּ עס האָבן באַקומען דערציִונג דאָס רובֿ־רובם פֿון ייִדישע ייִנגלעך" — מיטן קאָנסטאַטירן דעם דאָזיקן פֿאַקט עפֿנט זיך דער וואָגיקער באַנד (570 זײַטן פֿון גרויסן פֿאָרמאַט) מיטן טיטל "חדר׃ פֿאָרשונגען, עדותן, קאַפּיטלען ליטעראַטור און זכרונות", וואָס איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיט בית שלום־עליכם אונטער דער רעדאַקציע פֿון עמנואל אטקס און דוד אַסף, צוויי באַקאַנטע מומחים אויף דער געשיכטע פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע. אין אַ יאָר אַרום וועט מען אין רוסלאַנד, אַ פּנים, פּראַווען דעם 250סטן יוביליי פֿונעם טאָג, ווען — נאָך אַן איבערקערעניש — האָט זיך אויפֿן טראָן אַוועקגעזעצט די מלכּה קאַטערינאַ די צווייטע. ס׳איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן די תּקופֿה פֿון איר ממשלה, 1762—1796, ווי די בלי-צײַט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין דער ייִדישער געשיכטע איז עס אויך אַ ביז גאָר וויכטיקע צײַט, ווײַל בימי קאַטערינאַ האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿונעם רוסישן ייִדנטום. גראָד אין יענע יאָרן איז פּוילן פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, און דער גרעסטער טייל פֿון די פּוילישע טעריטאָריעס און תּושבֿים (ייִדן בתוכם) זײַנען אַריבער צו רוסלאַנד. דער סוף איז געווען, אַז אין משך פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן פֿון אַ נײַעם מין — דעם רוסישן. מיידלעך פֿאַרשטעלט ווי ישיבֿה־בחורים, שלומיאלן און שדים בעת זײַן לעבן (1904—1991) האָט יצחק באַשעוויס־זינגער געקראָגן אַ סך לויב פֿאַר זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אויף ייִדיש (בדרך־כּלל אין "פֿאָרווערטס") און אין דער איבערזעצונג אויף ענגליש. די אַמעריקאַנער ליטעראַרישע קריטיקער האָבן אים אַרײַנגענומען אין קאָן פֿון דער אַלגעמיינער בעלעטריסטיק, נאָך דעם ווי אַ צאָל פֿון זײַנע איבערגעזעצטע דערציילונגען האָבן זיך באַוויזן אין די ענגליש־שפּראַכיקע זשורנאַלן ווי "פּאַרטיזאַן רעוויו" (Partisan Review), "די ניו־יאָרקער" (The New Yorker) און "פּלייבוי" (Playboy). "ויקהל משה" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי מעגן אַרבעטן בלויז אין דער וואָכן, נאָר נישט שבת. דערנאָך דערציילט אונדז די תּורה ווײַטער וועגן דעם, ווי אַזוי אַלע ייִדן האָבן צוזאַמען אויפֿגעשטעלט דעם מישכּן. די תּורה דערקלערט עטלעכע מאָל, אַז מע טאָר נישט טאָן שבת קיין שום מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז אין דעם איצטיקן פֿאַל האָט דער אָנזאָג וועגן שבת אַ שײַכות צום אַלגעמיינעם אינהאַלט פֿון דער הײַנטיקער סדרה. די ייִדן האָבן געקאָנט משער זײַן זיך, אַז די מלאכת־המישכּן איז וויכטיקער ווי שבת. די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט זייער עבֿודה די גאַנצע צײַט, אַפֿילו שבת און יום־כּיפּור. דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל געוואָרנט די ייִדן, אַז הגם די עבֿודת־הכּהנים איז טאַקע העכער ווי שמירת־שבת, מיינט עס נישט, אַז מע מעג אויך ברעכן דעם הייליקן יום־המנוחה צוליב דער צוגרייט־אַרבעט אַרום דעם מישכּן. |