- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז די ייִדן אַליין האָבן ליב דורכצופֿירן איבער דער וועלט אויספֿרעגן, כּדי פֿעסטצושטעלן דעם גראַד פֿון ליבע צו זיי, איז נישט קיין נאָווינע. אָבער לעצטנס האָט דווקא אַ דײַטשישער אינסטיטוט, דער פֿאָנד אויף פֿרידריך עבערטס נאָמען, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿאָרשונג, וווּ די הויפּט־פֿראַגעס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער באַציִונג צו ייִדן און מוסולמענער אין 8 אייראָפּעיִשע לענדער: ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, איטאַליע, פּאָרטוגאַל, פּוילן און אונגערן. ווי עס ווײַזט די סטאַטיסטיק, זײַנען די בירגער פֿון האָלאַנד מער באַזאָרגט מיט דער השפּעה אויף זייער לאַנד מצד די מוסולמענער (46.7%) אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן (5.6%); אין דײַטשלאַנד גופֿא האָבן פֿײַנט ייִדן 19.7% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אין ענגלאַנד — 13.9%, אין איטאַליע — 21.2%, אין פּאָרטוגאַל — 19.9% און די גרעסטע צאָל "ייִדן־פֿרײַנד" לעבן אין פֿראַנקרײַך — 27.7%. דאָס פֿײַער אינעם טרײַענגל־שוירטווייסט־פֿאַבריק, דעם 25סטן מערץ 1911, איז געווען די גרעסטע פֿײַער־טראַגעדיע אין דער געשיכטע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. 146 יונגע מיידלעך, ס'רובֿ ייִדישע, זענען אומגעקומען ווען די טיר, וואָס האָט באַדאַרפֿט בלײַבן אָפֿן זיך צו ראַטעווען אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די סוועטשאַפּ־באַלעבאַטים געהאַלטן פֿאַרשלאָסן. צו יענער צײַט, האָט דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" סײַ ווי אַ זשורנאַליסט, סײַ ווי אַ פּאָעט. ער איז אָנגעקומען צו דער שׂרפֿה, ווען די טראַגעדיע איז נאָר פֿאָרגעקומען און געשריבן אַרטיקלען און לידער וועגן דער טראַגישער געשעעניש במשך פֿון עטלעכע וואָכן. מיר דרוקן זײַן ליד און דעם אַרטיקל, וואָס איז געווען געדרוקט אויף דער ערשטער זײַט פֿונעם "פֿאָרווערטס", אַ וואָך נאָך דער טראַגעדיע, דעם 5טן אַפּריל, 1911. די ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ איז מיר גוט באַקאַנט. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין געווען דער אינספּעקטאָר אין דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולעס, פֿלעג איך אָפֿט מאָל באַזוכן דאָרטן די קלאַסן פֿון דער שולע. די לייטונג פֿון דער שולע, מיט דער געוועזענער מנהלת (דירעקטאָרין) עמירה יהלום, האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן אַ באַזונדער פֿאַרשטענדעניש און סימפּאַטיע צו דעם ייִדיש־לימוד. במשך די יאָרן האָט דער עטנישער אָפּשטאַם פֿון דער אַרומיקער געגנט פֿון דער שולע זיך ראַדיקאַל געענדערט, און צו גלײַך אויך דער באַשטאַנד און כאַראַקטער פֿון אירע תּלמידים. אַלע גאַסן אַרום דער אַלטער, צענטראַלער "אגד"־אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען איצט באַוווינט פֿון משפּחות פֿון די אַזוי־גערופֿענע "עובֿדים זרים" (פֿרעמדע אַרבעטער) פֿון 48 לענדער, אַממערסטנס פֿון אַפֿריקע און אַזיע און אויך אַ טייל פֿון אייראָפּע.
Edmund deWaal.
דער נאָמען עפֿרוסי איז אַ מאָל געווען ווײַט באַקאַנט אין אָדעס. איסאַק באַבעל האָט זיי אָנגערופֿן "פֿילאָסאָפֿישע הולטײַען, באַשעפֿער פֿון רײַכטימער און פֿון אָדעסער אַנעקדאָטן" — צוזאַמען מיט די העסענס און די אַשכּנזיס, די ייִדישע סוחרישע משפּחות, וואָס זײַנען געקומען פֿון וואָלין, פּאָדאָליע און גאַליציע און האָבן געמאַכט גרויסע פֿאַרמעגנס פֿון תּבֿואה־האַנדל. די עפֿרוסיס זײַנען אַריבער קיין אָדעס פֿון בערדיטשעוו אינעם מיט־19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער צײַט פֿון דער ירידה פֿון בערדיטשעווער האַנדל און פֿונעם אויפֿקום פֿון אָדעס. די 1860ער יאָרן זײַנען געווען זייער אַ גוטע צײַט פֿאַר ייִדישע סוחרים אין אָדעס. ווי רוסישע בירגער, האָבן זיי באַקומען געוויסע פּריווילעגיעס און האָבן געקאָנט אַרויסשטויסן זייערע גריכישע, איטאַליענישע און פֿראַנצויזישע קאָנקורענטן פֿונעם סאַמע לוינעוודיקן מין האַנדל, דעם תּבֿואה־עקספּאָרט. אַ ראַיה געפֿינט מען ווידער בײַ באַבעלן, וועלכער דערמאָנט, אַז עפֿרוסי פֿאַרקויפֿט תּבֿואה קיין מאַרסעל. אויף דער לוויה מאָנטיק, דעם 14טן מערץ, אינעם "ריווערסײַד"־לוויה־הויז אין מאַנהעטן האָט דער עולם, פֿול מיט משפּחה און חבֿרים, געהערט אַ זעלטענעם קלאַנג — אַ גרוס פֿון יענער וועלט. מיט דער הילף פֿון איר פֿרײַנד, שושנה וואָלקאָוויטש־באַלאַבאַן, האָט די פֿאַרשטאָרבענע, שפֿרה לערער, מיט אַ יאָר פֿריִער רעקאָרדירט אַ געזעגענונג, וואָס מע זאָל שפּילן אויף איר לוויה. שושנה האָט געשפּילט די רעקאָרדירונג און אַלע האָבן געהערט שפֿרה לערערס קול, ווי זי זאָגט, אַז כאָטש איר גוף לעבט שוין מער נישט, שוועבט איר נשמה איבער אונדז. זי האָט זיך געפֿרייט מיט איר לעבן, ווײַל זי האָט געקענט זיך באַטייליקן אין "פּראָיעקטן" לטובֿת דער ייִדישער קולטור און געבעטן מחילה, אויב זי האָט עמעצן באַעוולט. צום סוף האָט זי צוגעזאָגט צו זײַן אַ גוטע בעטערין פֿאַר אַלעמען. אַזאַ רעקאָרדירונג "פֿון יענער וועלט" וואָלט געקענט פֿאַרשאַפֿן אַן אומבאַקוועם געפֿיל אונטער אַנדערע אומשטענדן, ווען דאָס קול וואָלט געקומען פֿון אַן אַנדער פֿאַרשטאָרבענעם; אָבער אין דעם פֿאַל האָט מען געגעבן אַ שמייכל, וואָס אונדזער טײַערע שפֿרה לערער האָט געהאַט אין זינען אָפּצוטאָן אַזאַ שפּיצל און צוּווינקען צו אונדז נאָך איין לעצט מאָל. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געפּרוּווט אָנצוטאַפּן דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "ויקראָ", וועלכער הייבט זיך אָן מיט דעם אייבערשטנס רוף צו משה רבינו, וועלכער ווערט פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה מיט אַן אומגעוויינטלעך קליינעם "אַלף", וואָס גיט צו אַ געוויסע צוויידײַטיקייט, ווי עס וואָלט געשטאַנען "ויקר" — און דער אייבערשטער האָט געטראָפֿן משה. מע קאָן זאָגן, אַז דער לייטמאָטיוו פֿונעם הײַנטיקן אָפּטייל פֿונעם חומש, וועלכן מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען מיט אַ וואָך צוריק, איז דער אינערלעכער ג־טלעכער רוף, וועלכער ברענגט די מענטשלעכע נשמה צו קדושה און מסירת־נפֿש. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז "ויקר" און "ויקראָ" נישט צוויי היפּוכים, נאָר ממש די זעלבע זאַך. ווען מע טרעפֿט פּלוצעם אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, איז עס גופֿא אַ רוף פֿון הימל; און ווען דער באַשעפֿער רופֿט דעם מענטש — איז עס נישט סתּם אַ קול פֿון אויבן, נאָר אַ טיפֿע גײַסטיקע דערפֿאַרונג. |