Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע.

אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 1986, איז, אין ניו־יאָרק, געבוירן געוואָרן די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע, וואָס האָט, דורך איר מוזיק, אויסגעפֿורעמט די הײַנטיקע השׂגה פֿון קלעזמער־מוזיק. די "קלעזמאַטיקס" זענען נישט געווען די ערשטע פֿון די אויפֿלעבערס פֿון דער אַלטער מוזיק, אָבער זיי זענען מסתּמא די וויכטיקסטע, מיט אַ השפּעה וואָס גרייכט איבער דער גאָרער וועלט. אין 2006 האָבן זיי געוווּנען אַ "גראַמי"־פּריז, די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר מוזיקער פֿון דער "מוזיק־אינדוסטריע" — די איינציקע קלעזמאָרים צו באַקומען דעם פּריז. אין אַ קינסטלערישער וועלט, וווּ מוזיקער הייבן אָן נײַע פּראָיעקטן, אָבער אָפֿט מאָל דערפֿירן זיי נישט ביזן סוף, איז אַ חידוש, וואָס די "קלעזמאַטיקס" זענען געבליבן צוזאַמען פֿאַר אַזאַ לאַנגער צײַט און, דער עיקר, געבליבן שאַפֿעריש מיט נײַע געדאַנקען.

הײַנט שפּילן נאָר דרײַ מוזיקער פֿון די ערשטע באַטייליקטע אין דער גרופּע — דער טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און דער באַסיסט און צימבלער פּאָל מאָריסעט. די אָריגינעלע פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס איז אַוועק פֿון דער גרופּע מיט צען יאָר צוריק, און הײַנט פֿאַרנעמט איר אָרט ליסאַ גוטקין. פֿאַרשיידענע קלאַרנעטיסטן האָבן געשפּילט אין דער גרופּע במשך פֿון איר געשיכטע: צו ערשט, מאַרגאָ לעווערעט, דערנאָך דוד קראַקאַוער, און נאָך אים מאַט דאַריאָ, וועלכער שפּילט נאָך הײַנט. אויפֿן אָרט פֿונעם ערשטן פּײַקלער דוד ליכט, איז געקומען ריטשי באַרשיי.


געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בנימין זוסקין אין "די גליקן-זוכער"

איך האָב שוין לאַנג געזוכט אַ תּירוץ צו פֿאָרן אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָראָזשע. איצט האָב איך עס, ווײַל דעם זומער וועט דאָרטן זײַן אַ משפּחה-צונויפֿקומעניש. אַזוי, אַז מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן שוין אַפֿילו געקויפֿט די בילעטן. מיט אַנדערע ווערטער, האָב איך אַ גוטן שאַנס צו זײַן דאָרטן, נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוואַנציק יאָר. דעמאָלט איז פּונקט געשען די איבערקערעניש, ווען מע האָט אַ פּרוּוו געטאָן אַראָפּצוּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוון. איצט איז עס אַ באַזונדערע מדינה, אוקראַיִנע, וווּ איך בין געווען בלויז איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אויף אַ קאָנפֿערענץ אין קיִעוו.

טיילווײַז, איז זאַפּאָראָזשע פֿאַר מיר אַ קבֿר-אָבֿות. אָבער איך פֿאָר ניט נאָר צו די קבֿרים. עס וווינען אין דער שטאָט נאָענטע קרובֿים און אַ פּאָר אַלטע חבֿרים, מיט וועלכע איך האַלט אונטער קאָנטאַקטן. וויל איך זיי זען אַלעמען, פֿאַרשטייט זיך. און איך וויל פּשוט אַרומגיין — אין די גאַסן און קוואַרטאַלן, וואָס האָבן פֿאַר מיר עפּעס אַ באַטײַט.

די ערשטע בערך פֿופֿצן יאָר פֿון מײַן לעבן האָט מײַן משפּחה געוווינט אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אויף דער לענין-גאַס, וואָס — אַגבֿ — הייסט נאָך אַלץ אַזוי. ניט ווײַט פֿון אונדז זײַנען געווען צוויי קינאָ-טעאַטערס, אין וועלכע מײַנע עלטערן פֿלעגן גיין אַליין אָדער מיט מיר. איך גלייב, אַז דאָס איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם פֿילם. איינער פֿון די קינאָ-טעאַטערס, דער גרעסערער, האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, און דער צווייטער, דער קלענערער, איז געווען באַפּוצט מיטן נאָמען פֿון (אויב איך פּלאָנטער ניט) ניקאָלײַ גאָגאָל.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סידניי רײַלי,
אַ בריטישער סופּער־שפּיאָן

אין דעם סאַמע ברען פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין ליביע זײַנען אַרויסגעשוווּמען נײַע טשיקאַווע פּרטים פֿון אַן אַנדערער אָפּעראַציע, וואָס די בריטישע רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין פּעטראָגראַד אין 1918. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ניט־געלונגענעם פּרוּוו אומצוברענגען לענינען און אַראָפּצוּוואַרפֿן די באָלשעוויסטישע מאַכט. וועגן דעם האָט לעצטנס דערציילט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "בי־בי־סי". וואָס זשע קאָן מען לערנען פֿון אָט דער געשיכטע?

די פֿראַגע, וואָס פֿאַרנעמט די הײַנטיקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער, איז אַן אַלטע׃ ווי ווײַט קאָן אַ מערבֿדיקע רעגירונג גיין אין איר קאַמף קעגן אַנדערע לענדער, ניט דערקעלערנדיק אַן אָפֿיציעלע מלחמה? דאָ שפּילט אַ ראָלע דער היסטאָרישער פּרעצעדענט. אויב אין 1918 האָט די בריטישע רעגירונג טאַקע יאָ געהאַט בדעה צו באַזײַטיקן לענינען בסוד, קאָן מען ניט אויסשליסן אויך הײַנט, אַז מען האָט טאַקע בדעה אומצוברענגען קאַדאַפֿי? דער אַלטער חשד האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַע ראַיה. דער באַקאַנטער ענגלישער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, ראָבערט סערוויס, האָט אַנטדעקט אַ דאָקומענט, וואָס וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דער אַלטער מעשׂה.


פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע ליביער אויפֿשטענדלער פּראַווען אַ נצחון אויף אַ צעשטערטן טאַנק פֿון די פּראָ־קאַדאַפֿי־כּוחות, אינעם סטראַטעגישן נאַפֿט־שטעטל, אַדזשדאַביִאַ, פֿאַראַכטאָגן שבת

אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק?

פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע".


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער קימפּעטאָרין. "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "ווען אַ פֿרוי וועט טראָגן און וועט האָבן אַ זון" — הייסט איר די תּורה אָפּוואַרטן 7 טעג; ערשט דעמאָלט קאָן זי זיך טובֿלען אין מיקווה, כּדי צו האָבן דאָס רשות אָנצורירן איר מאַן. בזמן־הבית, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן נאָך 33 טעג אַרום.

ווען אַ פֿרוי האָט אַ טאָכטער, הייסט די תּורה אָפּוואַרטן צוויי מאָל לענגער — 14 טעג — איידער זי מעג זיך מטהר זײַן אין מיקווה, און צו ברענגען אַ קרבן נאָך 66 טעג. ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערקלערט די הלכות פֿון "צרעת" — אַ הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע", און פֿלעגט מטמא זײַן מענטשן, כּלים און גאַנצע הײַזער.

דער אָנזאָג "פּרו ורבֿו", צו האָבן קינדער, איז די ערשטע מיצווה אין דער גאַנצער תּורה, וואָס שטייט געשריבן אין דער פּרשה "בראשית". פֿאַרוואָס זאָל אַזאַ שׂימחהדיק געשעעניש, ווי דאָס געבורט פֿון אַ קינד, אַרײַנברענגען אַ פֿרוי אין אַ מצבֿ פֿון ריטואַלער אומריינקייט? פֿאַרוואָס דערציילט די תּורה וועגן די קימפּעטאָרינס אין דער זעלבער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער לעפּרע־קראַנקייט? דערצו, דער טאָפּלט־לאַנגער פּעריאָד פֿון טומאה נאָכן געבורט פֿון אַ מיידל, קאָן קלינגען — ווי עס וואָלט געקאָנט טענהן אַ הײַנטצײַטיקער קריטיקער — ווי אַ בפֿירושע דיסקרימינאַציע קעגן פֿרויען.