Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָפּגעמערקט עטלעכע וויכטיקע דאַטעס: דעם נצחון־טאָג איבער דעם דײַטשישן נאַציזם, דעם יום־הזכּרון און יום־העצמאות. הײַיאָר זײַנען אַלע דרײַ געשעענישן כּמעט צונויפֿגעפֿאַלן. אַזאַ צונויפֿפֿאַל רופֿט אַרויס געוויסע געדאַנקען, פֿאַרבונדן סײַ מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט און סײַ מיטן הײַנט.

אין שײַכות דערמיט ברענגען מיר ווײַטער אַ מין קורצן אַנאַליז, געמאַכט פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער מירון אַמוסיאַ. אָט וואָס ער שרײַבט:

די צערעמאָניע פֿון אונטערשרײַבן דעם קאַפּיטולאַציע־אַקט פֿון דײַטשלאַנד, איז פֿאָרגעקומען 10 אַזייגער בײַ נאַכט לויט דער מיטל־אייראָפּעיִשער צײַט דעם 8טן מײַ 1945. מאַרשאַל זשוקאָוו האָט דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווען דער דאָזיקער "אַקט" איז אונטערגעשריבן געוואָרן, איז אין מאָסקווע געווען שוין דער 9טער מײַ. אַזוי אַז דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך וועגן דעם גרויסן טאָג דערוווּסט מיט אַ טאָג שפּעטער.


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָנטיק האָבן ייִדן איבער דער וועלט געפּראַוועט דעם טאָג פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. בעת אַ צערעמאָניע מאָנטיק אויף דער נאַכט אין הר־הרצל, איז יואל שליט, דער ברודער פֿונעם פֿאַרכאַפּטן סאָלדאַט, גלעד שליט, צוגעלאָפֿן מיט זײַן חבֿרטע צו דער בינע מיט אַ פּלאַקאַט אין דער האַנט, און שרײַענדיק: "גלעד לעבט נאָך!" דער זיכערהייט־פּערסאָנאַל האָט אים גיך אַרויסגעפֿירט פֿון זאַל.

פּאָליטיק, זאָגט מען, איז אַן אָנגעבלאָזענער באַלעם אין די הענט פֿון פּאָליטיקערס. און פּאָליטיקערס האָבן געוויינטלעך בײַם עולם נישט קיין גוטן שם. אויך פּאָליטיק, וואָס פֿון איר איז אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מענטשהייט און דער קיום פֿון דער וועלט, מיט וועלכער זי פֿירט אייגנטלעך אָן, איז אין אַלגעמיין נישט קיין באַליבטער ענין, און זייער אַ סך מענטשן טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר ווי פֿון אַ מגפֿה. איך קען אַ סך — אַפֿילו אינטעליגענטע — מענטשן, וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען נישט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן קיין זאַך וואָס האָט צו טאָן מיט פּאָליטיק. די מערסטע מענטשן לייענען נאָר די בײַלאַגעס וועגן ספּאָרט; אַנדערע — נאָר וועגן ליטעראַטור, קולטור און קונסט — סײַדן, עס טרעפֿט עפּעס אומגעוויינטלעכס: ווען אַ מענטש בײַסט אַ הונט, און נישט פֿאַרקערט, ווען אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה ווערט געמישפּט פֿאַר שאַנד־אַקטן, פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונג, אָדער ווען עס טרעפֿט


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "People In The Picture"

ווי געזאָגט, פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי אָדער אָף־בראָדוויי אויף ייִדישע טעמעס. די לעצטע מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס איך האָב געזען לעצטנס, הייסט טאַקע "מענטשן אויפֿן בילד," וווּ די דראַמאַטורגין, אײַריס רעינער־דאַרט, האָט אַוועקגעגעבן פֿופֿצן יאָר פֿון איר לעבן אָנצושרײַבן די פּיעסע. די פֿאָרשטעלונג פֿאַרמאָגט אָריגינעלע מוזיק, פֿאַרפֿאַסט פֿון מײַק סטאָלער און אַרטי באַטלער, רעזשיסירט פֿון לענאַרד פֿאָגליאַ.

די סיפּור־המעשׂה האָט טאַקע צו טאָן מיט מענטשן אויפֿן בילד. אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַקטיאָרן אין אַמאָליקן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס ווי נאָר דאָס ליכט באַלײַכט זיי, לעבן זיי צוריק אויף. די הויפּט־ראָליסטקע רייזל ראַבינאָוויטש (דאַנאַ מוירפֿי), וועלכע שפּילט די מוטער, די באָבע פֿון דער אַקטריסע וואָס קומט אַרויס פֿון וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, שפּינט די געשיכטע פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר אין אַמאָליקן וואַרשע. פֿאַרשטייט זיך, נישט אויף ייִדיש, נאָר אויף ענגליש. צווישן זיי, סצענעס פֿון שעקספּיר צי פֿון "דיבוק," לידער ווי "אויפֿן פּריפּעטשיק," דווקא אויף ייִדיש, וואָס די באָבע זינגט איר אייניקל דזשעני (רייטשל רעשעף). דאָס אַקטריסעלע איז צען יאָר אַלט. זי שפּילט סײַ די טאָכטער און סײַ דאָס אייניקל, זי זינגט און טאַנצט. איך מוז פֿאָרויסזאָגן, אַז איר קאַריערע אין טעאַטער אָדער פֿילמען איז געחתמעט.


געזעלשאַפֿט
חיה און נחום ווײַס בײַם באַשוי
(די ערשטע טרעפֿונג פֿון חתן־כּלה), 1995

מע הערט לעצטנס אַ סך וועגן יונגע לײַט, וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. אַפֿילו אויב זיי היטן נאָך די מיצוות, שושקעט מען זיך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך", פּשוט ווײַל זיי לעבן אין דער פֿרײַער געזעלשאַפֿט, און זענען מער נישט אונטער דער שליטה פֿון דער חסידישער קהילה.

אויב אָבער אַ גאַנצע משפּחה פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, און שיקט זייערע קינדער הײַנט אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול — הייסט דאָס אויך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך"? בפֿרט אַז זיי דערציִען די קינדער ווײַטער אויף אַ געשמאַקן ייִדיש, זענען געוואָרן געטרײַע לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס", און חלומען וועגן ברענגען זייערע קינדער אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף"?

ערשט לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַזאַ משפּחה: טאַטע־מאַמע זענען ביידע 33 יאָר, האָבן פֿיר קינדער, און ביז מיט 1/2־3 יאָר צוריק, האָבן זיי געלעבט אין אַ שטרענג־חסידישער קהילה. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָבן די עלטערן, נחום און חיה ווײַס (נישט זייערע אמתע נעמען), דערציילט וועגן דעם פּײַנלעכן פּראָצעס וואָס האָט זיי דערפֿירט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, מיטן תּנאַי, אַז מע זאָל נישט איבערגעבן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, וווּ זיי וווינען הײַנט. די געשיכטע איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, ווײַל ביידע זענען זיי אינטעליגענטע, טאַלאַנטירטע מענטשן, וואָס דריקן אויס, אויף אַ טיף־פּערזענלעכן אופֿן, די געפֿילן, וועלכע אַנדערע חסידים לעבן אפֿשר, אויך איבער, אָבער האָבן מורא עס אַרויפֿצוברענגען אויף די ליפּן.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Julia Rabinowich. Splithead.
Translated from the German
by Tess Lewis.
London: Portobello Books, 2011


די הײַנטיקע רוסיש־ייִדישע גלות־ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג. בעל־מחשבֿות האָט מיט הונדערט יאָר צוריק געזאָגט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור׃ "צוויי שפּראַכן — איין און איינציקע ליטעראַטור". אָבער דאָ קאָן מען רעדן וועגן אַ ליטעראַטור, וואָס ווערט געשריבן אויף לכל־הפּחות פֿינף שפּראַכן. הײַנט־צו־טאָג שרײַבן די סאָוועטיש־אָפּשטאַמיקע ייִדישע מחברים חוץ רוסיש אויך אויף ענגליש, העברעיִש, דײַטש און ייִדיש. עס פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, צי קאָן מען באַטראַכטן זייער שאַפֿונג ווי אַן "איין און איינציקע" ליטעראַטור? וואָס האָבן בשותּפֿות זייערע ווערק, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע לענדער און אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן? צי האָט די דאָזיקע ליטעראַטור אייגענע סטיליסטישע, טעמאַטישע און אידעיִשע סימנים?

הײַנט וווינען בערך אַכציק פּראָצענט פֿון רוסישע ייִדן מחוץ רוסלאַנד, דער עיקר, אין ישׂראל, צפֿון־אַמעריקע און דײַטשלאַנד; ווי אויך, אין די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער עלטערער דור עמיגראַנטן, וואָס האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג, שרײַבט כּסדר אויף רוסיש; זייערע קינדער, וואָס זײַנען שוין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אויסלאַנד, שרײַבן אויף נײַע, אויסגעלערנטע שפּראַכן. אָבער אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלען זיי אַלע די דערפֿאַרונג פֿון עמיגראַציע: וועגן דער אויסגעוואָרצלטקייט פֿון דער אַלטער היים און וועגן דער אײַנוואָרצלונג אין דער נײַער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז געווידמעט דעם ענין פֿון שמיטה. די תּורה זאָגט אָן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿצוהערן באַאַרבעטן די ערד יעדע זיבן יאָר. די גערעטעניש פֿונעם ספּעציעלן זיבעטן שמיטה־יאָר טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, און אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלע מענטשן.

ווײַטער דערקלערט די תּורה, אַז נאָך זיבן שמיטה־פּעריאָדן קומט אַ יובֿל — אַ ספּעציעל יאָר, ווען עס קומט אַ "גאולה אינעם לאַנד". פּראַקטיש האָט עס געמיינט, אַז מע פֿלעגט באַפֿרײַען אַלע ייִדישע עבֿדים און מע פֿלעגט איבערגעבן די פֿאַרקויפֿטע שטחים צוריק צו די משפּחות, וועלכע האָבן זיי געהאַט בירושה.

די הלכות פֿון שטימה ווערן נאָך אַלץ אָפּגעהיט אין ארץ־ישׂראל, הגם ס׳רובֿ פּוסקים האַלטן, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן איז עס בלויז אַ מיצווה דרבנן. פֿון די צוועלף ייִדישע שבֿטים זענען הײַנט געבליבן — באַדינגלעך געזאָגט — בלויז יהודה און לוי; אין דער אמתן, ווער ווייס וויפֿל ייִדן עס שטאַמען הײַנט פֿון גרים אָדער פֿון די פֿאַרשוווּנדענע עשׂרת־השבֿטים? צוליב דעם און אַ צאָל אַנדערע סיבות, איז די סיסטעם פֿון יובֿל־יאָרן שוין לאַנג נישט אַקטועל.