- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, ווי באַוווּסט, האָט די "אונעסקאָ" אָפּגעשטימט אײַנצושליסן אין איר אָרגאַניזאַציע די פּאַלעסטינער מלוכה, ווי אַ נײַעם מיטגליד. אַזוי איז די ביז־איצטיקע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, געוואָרן אַ "מלוכה", נאָך איידער דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט עס באַשטימט. ס’וואָלט אַוודאי געקומען די פּאַלעסטינער אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם מזל צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַזאַ בכּבֿודיקער אָרגאַניזאַציע. דאָס "מזל" איז אָבער אַ געפֿעלשטס, חוצפּהדיק אַרויסגעריסן מיט מיאוסע גענג און שטיק. ווי זאָגט מען, אַז מע קען נישט אָנקומען צו דעם ציל מיטן גלײַכן וועג, גייט מען מיטן קרומען. מילא, פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס קריכט איבער די קעפּ און געפֿינט שטיצע בײַ לענדער, בײַ וועלכע די מאָראַלישע ווערטן זײַנען כּמעט אויפֿן זעלבן ניוואָ, אָדער זײַנען אָפּהענגיק פֿון אַ ווײַליקער פּאָליטישער קאָניונקטור פֿון הײַנטיקן טאָג; אַן אַנדער זאַך אָבער איז, אַז דער באַשלוס פֿון "אונעסקאָ" פֿאַרשאַפֿט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט קיין כּבֿוד, און רופֿט אַרויס צו איר אַן אומצוטרוי. נאָך מער: מיט דעם באַשלוס האָט "אונעסקאָ" באַגײַסטערט די פּאַלעסטינער אויף זייער "קרומען וועג", און איצט זײַנען זיי שוין גרייט צו ווערן מיטגלידער פֿון נאָך 16 אָרגאַניזאַציעס און אַגענצן, וועלכע עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען". נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום". ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ.
Nieme dusze?
שטומע נשמות? פֿרויען אין דער
ייִדיש־קולטור. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּוילן געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בכלל, און פֿון שטודיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט. עס איז נאַטירלעך, אַז די אינטערעסן פֿונעם נײַעם דור פּוילישע פֿאָרשער געהערן צו דעם פּוילישן ייִדנטום, און עס איז אויך נאַטירלעך, אַז זייער געדאַנקען־גאַנג ווערט באַווירקט דורך די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע טעאָרעטישע שטרעמונגען. ביידע טענדענצן ווערן בולט פֿאָרגעשטעלט אינעם נײַעם וואָגיקן זאַמלבוך פֿון אַרטיקלען וועגן פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס בוך איז אַ פּועל־יוצא פֿון צוויי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און נעמט אַרײַן צוואַנציק רעפֿעראַטן, וואָס דעקן בערך פֿיר הונדערט יאָר פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע — פֿון סאַמע סוף 16טן יאָרהונדערט (קאַטאַזשינאַ שורמיאַק וועגן דער געשטאַלט פֿון ייִדישער פֿרוי אין "בראַנטשפּיגל") ביז די 1950ער יאָרן. דער טעמאַטישער דיאַפּאַזאָן איז אויך אַ ברייטער׃ פֿון ליטעראַטור און שפּראַך צו רעליגיע, טעאַטער, מאָלערישער קונסט און פּאָליטיק. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט. דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט.
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייבט די תּורה אָן זיך צו פֿאָקוסירן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. בלויז די ערשטע צוויי סדרות — "בראשית" און "נח" — זענען געווידמעט דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית און דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט, מיט אירע מעלות און קאַטאַסטראָפֿישע מפּלות. הײַנט לייענען מיר שוין וועגן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט — אַבֿרהם־אָבֿינו. אין דער אמתן, זענען אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן. למשל, פֿון די דערציילונגען וועגן די ייִדישע אמהות און אַנדערע פֿרויען, קאָן אַ מאַן אויך אָפּלערנען אַ לימוד פֿאַר זיך, און פֿאַרקערט. אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם די תּורה רעדט כּסדר וועגן ייִדן, האָבן אַלע פּרשיות אויך אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע ווערט. ס׳רובֿ סדרות אינעם חומש, אַחוץ די ערשטע צוויי, זענען געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלק, ווײַל דאָס לעבן פֿון אַ יחיד און פֿון אַ קאָנקרעטער מענטשלעכער קהילה איז וויכטיקער, ווי די גלאָבאַלע פֿראַגעס פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדער יחיד, ווי אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס מאַכט דורך אַן אייגענעם אוניקאַלן וועג אינעם לעבן, איז דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער מענטש מוז גלייבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים. |