Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ישׂראל האָט הײַנט אין דער וועלט אַזוי פֿיל שׂונאים, אַז ס׳איז שוין כּדאַי מע זאָל אַ ביסל רעדן וועגן ישׂראלס פֿרײַנד. יעדנפֿאַלס, פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין שלעכטס פֿאַר דער ייִדישער מדינה נישט געטאָן, בפֿרט אַז עס גייט די רייד וועגן אַ לאַנד, וווּ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַ מוסולמענישע. מיר מיינען דאָ די אומאָפּהענגיקע מלוכה בײַם קאַספּישן ים — אַזערבײַדזשאַן.
צו זײַן אין גוטע באַציִונגען מיט אַ לאַנד, וואָס גרענעצט מיט איראַן, איז סטראַטעגיש הײַנט זייער וויכטיק. אין אַזעלכע גוטע באַציִונגען זײַנען פֿאַראינטערעסירט סײַ ישׂראל און סײַ אַזערבײַדזשאַן, און נישט נאָר צוליב עקאָנאָמישע סיבות. אַזערבײַדזשאַן איז טאַקע אַ מוסולמעניש לאַנד, אָבער די רעגירונג און דער נוסח פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן דאָרט איז אַ ציווילער. דעריבער ברענגט אַזאַ מין "אַיאַטאָליש שכנות" נישט ווייניק פּראָבלעמען. דערצו, נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז טעהעראַן נישט צופֿרידן געבליבן מיט דעם ווי דער קאַספּישער ים, דער הויפּט נאַפֿט־רעזערוווּאַר אין דער געגנט, איז צעטיילט געוואָרן.
די באַציִונגען צווישן די צוויי מוסולמענישע שכנים זײַנען נאָך מער אָנגעשטרענגט געוואָרן אין דער לעצטער צײַט. פֿון איין זײַט, האָט איראַן אָנגעקניפּט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אַרמעניע, וואָס פֿירט מיט אַזערבײַדזשאַן שוין אַ לאַנג־יאָריקן טעריטאָריעלן סיכסוך איבער דעם ראַיאָן נאַגאָרני קאַראַבאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, שטרעבט די רעגירונג פֿון אַזערבײַדזשאַן זיך מער דערנענטערן צום מערבֿ, וואָס רופֿט אַרויס אומצופֿרידנקייט בײַ איראַן. אויף דער טעריטאָריע פֿון אַזערבײַדזשאַן באַזירט זיך דאָס אַמעריקאַנער מיליטער, וואָס פֿירט מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן.
פֿון דעסטוועגן, ווי אָנגעשטרענגט די צווישן־באַציִונגען פֿון אַזערבײַדזשאַן און איראַן זאָלן נישט זײַן, מיינט עס אַבסאָלוט נישט, אַז באַקו איז גרייט זיך צו שטעלן אָפֿן קעגן טעהעראַן. וווּ איז טעהעראַן מיט איר ריזיקן מיליטערישן און מענטשלעכן פּאָטענציאַל, און וווּ איז אַזערבײַדזשאַן?! צוריק גערעדט, דווקא צוליב אַזאַ גרויסן אונטערשייד אין כּוח און אידעאָלאָגיע איז די אַזערבײַדזשאַנער רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט אילכאַם אַליִעוו, לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט צו פֿירן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן מערבֿ בכלל און מיט ישׂראל בפֿרט.


ייִדיש־וועלט

נישט לאַנג צוריק איז אין רוסלאַנד אַרויס דאָס נײַע גרויסע ייִדיש־רוסישע ווערטערבוך — אַ רעזולטאַט פֿון אַן אינטענסיווער לאַנג־יאָריקער מי פֿון אַלכּסנדר סאָלדאַטאָוו — אַ יונגער ייִדישיסט, וועלכע וווינט אין קאַמענסק־אוראַלסק, אַ שטאָט אין דער סווערדלאָווסקער געגנט, אינעם אוראַל־ראַיאָן פֿון רוסלאַנד. צום ערשטן מאָל האָבן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדיש־קענער און תּלמידים באַקומען אַזאַ וויכטיק מיטל, און דערצו פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם און אַ הויכער קוואַליטעט, וואָס וועט זיי העלפֿן אויסצולערנען די ייִדישע שפּראַך.
דאָס ווערטערבוך ווערט באַגלייט מיט אַ קורצן איבערבליק פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, אָנגעשריבן אויף רוסיש דורך אַלכּסנדרה פּאָליאַן — אַן אַנדער יונגע רוסלענדישע ייִדישיסטקע און ווינסשאַפֿטלערין, וועלכע פֿירט ייִדיש־לעקציעס אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט — איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע בילדונג־אַנשטאַלטן אינעם לאַנד.
דאָס נײַע ווערטערבוך קומט אויך מיט צוויי ספּעציעלע בײַלאַגעס: אַ קאָמפּאַקטל מיט לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־תּלמידים, אַרײַנגערעכנט 5 טשיקאַווע קאָמפּיוטערישע שפּראַך־שפּילערײַען, און אַ קאָמפּלעט פֿון קאַרטלעך מיט ייִדישע אותיות און שפּריכווערטער, געשאַפֿן דורך דער מאָסקווער קינסטלערין רבֿקה בעלאַרעוואַ.
ביז הײַנט, איז דאָס איינציקע פֿולווערטיקע ווערטערבוך, וואָס האָט געהאָלפֿן אַ סך רוסיש־רעדער אויסצולערנען ייִדיש און צו באַרײַכערן זייער ווערטער־לעקסיקאָן, געווען דאָס גרויסע רוסיש־ייִדישע ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון משה שאַפּיראָ, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1984. דאָס דאָזיקע ווערטערבוך — טאַקע אַ גוואַלדיק־גוטע — איז אָבער באַגרינדעט אויף דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש און דערלויבט איבערצוזעצן בלויז פֿון רוסיש אויף ייִדיש. דערצו, ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שווערער צו געפֿינען די אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן ווערטערבוך אין די קראָמען.


ייִדיש־וועלט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הויפּט־רבֿ פֿון אוקראַיִנע בײַם בילד "נבֿיא" יעקבֿ בלײַך
אין ניו־יאָרק איז לעצטנס פֿאָרגעקומען, מיט גרויס דערפֿאָלג, אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג, וואָס איר גורל גופֿא איז ווערט באַשריבן צו ווערן. די בילדער פֿון דער עקספּאָזיציע האָבן 100 יאָר געהערט צו דער משפּחה פֿון יעקבֿ פּערעמען. פֿאַראַיאָרן איז אַ טייל פֿון זיי געווען אַרויסגעשטעלט צום פֿאַרקויף אויף "סאָטבי", און צום גליק, זיך פֿאַרקויפֿט ווי איין גאַנצקייט. געקויפֿט האָבן דעם טייל בילדער דרײַ גבֿירים פֿון קיִעוו, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ בשותּפֿותדיקן פֿאָנד און די געקויפֿטע בילדער איבערגעגעבן דעם מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט אין קיִעוו.
אין דער דערהויבענער געשיכטע איז פֿאָרט דאָ אַ ביטערער טראָפּן — די קינסטלערישע און היסטאָרישע ווערטן פֿון פּערעמענס קאָלעקציע איז אַזוי גרויס און דער אויפֿטו פֿון יעקבֿ פּערעמען גופֿא איז אַזוי אומשאַצלעך, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַראייביקן עס וואָלט געווען נישט איבערצוגעבן די בילדער אין אוקראַיִנע, נאָר צו געפֿינען פֿאַר זיי אַן אָרט אין אַ מוזיי פֿון ישׂראל.
ווער זשע איז ער געווען, דער ייִד יעקבֿ פּערעמען? אַן אָדעסער מעצענאַט, איז ער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין זײַן שטאָט. סוף 1919 האָט ער מיט נאָך אַ גרופּע מענטשן אָרגאַניזירט דאָס אָפּשיקן קיין פּאַלעסטינע 600 מענטשן אויף דער שיף "רוסלאַן". אויף דער זעלבער שיף זײַנען אויך אַרויסגעפֿירט געוואָרן איבער 200 בילדער, צייכענונגען, זײַן אַרכיוו און טויזנטער ביכער־בענד פֿון זײַן ביבליאָטעק. ס׳רובֿ פֿון זײַן בילדער־קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון מאָלערײַ און גראַפֿיק, געשאַפֿן פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן, אומאָפּהענגיקע מאָלער, וואָס אַ קלענערן טייל פֿון זיי האָט מען געקאָנט זען אויף דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג.


קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָשר פֿעליג (ווידזשי)
גרויסע מאָדערנע שטעט פֿאַרנעמען אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַ גאָר חשובֿ אָרט, און דער כּרך ניו־יאָרק איז דער סאַמע בולטסטער בײַשפּיל דערפֿון. די נײַ־געקומענע אימיגראַנטן פֿון קליינע שטעטלעך אין פּוילן, גאַליציע, אוקראַיִנע, ליטע און באַסאַראַביע האָבן געקוקט אַרום זיך מיט פֿאַרשטאַרטע אויגן, ניט וויסנדיק, אין וואָס פֿאַר אַ וועלט זיי זײַנען. מיט דער צײַט האָבן דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿונען זייער שטיקל פּרנסה און אַ דירה צו וווינען, און זײַנען צוגעוווינט געוואָרן צו דער נײַער סבֿיבֿה.
אָבער אייניקע, מער פֿילעוודיקע נאַטורן, האָבן אויף לאַנגע יאָרן אָפּגעהיט דעם לכתּחילהדיקן געפֿיל פֿון דערשטוינונג און פֿאַרלוירנקייט, וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט בײַם קומען קיין אַמעריקע. פֿון דער דאָזיקער דערשיטערונג זײַנען אַרויס אַ סך אָריגינעלע קונסטווערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס, וואָס האָבן באַווירקט אונדזער אויפֿנעם פֿון אַמעריקע.
צוויי באַרימטע ייִדישע קינסטלער זײַנען אַראָפּגעקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער שטאָט זלאָטשעוו פֿונעם עסטרײַכישן גאַליציע (הײַנט אין אוקראַיִנע)׃ משה־לייב האַלפּערן (1886—1932) און אָשר פֿעליג (1899—1968). זיי זײַנען געקומען כּמעט אין איין צײַט, אַרום 1907, אָבער צוליּב דעם אונטערשיד אינעם עלטער און פּערזענלעכקייט זײַנען זייערע גורלות געווען פֿאַרשידענע. בעת פֿעליג, בעסער באַקאַנט אונטער דעם צונעמעניש "ווידזשי" (Weegee) איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק זײַנע פֿאָטאָס פֿון ניו־יאָרקער נאַכטלעבן און אונטערוועלט, פֿאַרבלײַבט האַלפּערן באַקאַנט נאָר צווישן די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט.


מוזיק

ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי מיט זייער נײַ־געבוירן ייִנגעלע, עליאַס
במשך פֿונעם לעצטן חודש האָב איך זיך דערוווּסט וועגן צוויי ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָיעקטן, וואָס קומען אַרויס פֿון שוועדן: אַ נײַער זשורנאַל, "דאָס בלעטעלע", און אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון איציק מאַנגערס ליד, "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים", געשאַפֿן פֿון דער קאַפּעליע, "דיבוקים".
די אייגנאַרטיקייט פֿון די צוויי איניציאַטיוון באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ נישט בלויז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, נאָר אַ פֿאַרלאַנג צו ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. "דאָס בלעטעלע", http://www.gordonolniansky.com/bletele/, — אַ באַשיידענער אילוסטרירטער זשורנאַל פֿון 10 זײַטלעך — איז אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו נישט קיין גלאָסאַר; און די וועבזײַט פֿון "דיבוקים" (http://www.dibbukim.com/yid/)גיט דעם לייענער די ברירה צו לייענען וועגן דער קאַפּעליע, און אַפֿילו צו באַשטעלן אירע קאָמפּאַקטדיסקן — אין גאַנצן אויף ייִדיש.
ביידע פּראָיעקטן זענען אויסגעטראַכט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי — אַ יונג פּאָרפֿאָלק אין דער שוועדישער שטאָט לונד. די אָלניאַנסקיס און זייער מיטאַרבעטער אין "דאָס בלעטעלע", לינדאַ גאָרדאָן, האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט — צו ערשט, אין אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־־קלאַס מיט ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן — אַ קינדער־דאָקטער, וואָס רעדט אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, און דערנאָך מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, ד״ר יאַן שוואַרץ.
ניקלאַס אָלניאַנסקי האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זיי האָבן בדעה צו פּובליקירן "דאָס בלעטעלע" פֿיר מאָל אַ יאָר, און זיי שטעלן אים צונויף און פֿאַרשפּרייטן אים בײַ זיך אין דער דירה — אַ דירה וווּ ס׳וועט באַלד ווערן אַ סך לעבעדיקער ווי פֿריִער, זינט עס איז בײַ זיי די פֿאַרגאַנגענע וואָך געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. (מזל־טובֿ!)


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "בשלח", האָבן מיר באַהאַנדלט דעם ענין פֿון "שירת־מרים" — דאָס לויב־געזאַנג מיט אַ טאַנץ, דורך וועלכן מרים־הנבֿיאה, משה רבינוס שוועסטער, האָט דערגרייכט אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה, ווי משה רבינו אַליין, ווי רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַ גרויסער חסידישער דענקער און מקובל, דעקלערט אין זײַן ספֿר "מאור ושמש".
לויט דעם רמב״ם, מוז אַ ייִד גלייבן, אַז משה רבינו איז געווען דער גרעסטער נבֿיא אין דער וועלט און אַז עס וועט קיינמאָל נישט קומען אַ גרעסערער נבֿיא. הגם פֿאַר רמב״מען איז די דאָזיקע דאָגמע איינע פֿון די הויפּט־יסודות פֿון ייִדישקייט, זענען נישט אַלע אַנדערע גרויסע רבנים פֿולשטענדיק מסכּים מיט אַזאַ מיינונג. אַ צאָל מקובלים, באַקאַנטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן און חסידישע צדיקים האַלטן, אַז משיח וועט זײַן אַ גרעסערער נבֿיא און אַז ס׳איז טעאָרעטיש מעגלעך פֿאַר עמעצן צו קריגן אַ העכערע מדרגה פֿון נבֿואה.
על־פּי־חסידות, קאָן יעדער מענטש אויך דערגרייכן די זעלבע מדרגה, ווי משה רבינו, ווײַל משהס נשמה ווערט כּסדר באַקליידט אין די צדיקים פֿון יעדן דור, און ברענגט אַרויס נײַע תּורה־חידושים. לויט אַזאַ שיטה, איז דער רמב״ם טאַקע גערעכט, אָבער משהס הויכע נבֿואה האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט נאָך זײַן טויט, נאָר ווערט ווײַטער אַנטפּלעקט דורך געוויסע דערהויבענע יחידים.
אינעם "מאור ושמש" גייט אַ רייד וועגן אַן ענלעכן ענין. לויט דעם מחבר, האָט מרים זיך אויפֿגעהויבן, בעת איר טאַנצן, אין אַ גאָר הויכער גײַסטיקער וועלט, "עולם־העיגולים", וווּ עס ווערן בטל אַלע היעראַרכיעס, אַרײַנגערעכנט די חילוקים צווישן מענער און פֿרויען. אַלע מענטשן אין אַזאַ וועלט — חכמים און עם־הארצים, עקזאַלטירטע מיסטיקער און פּשוטע מענטשן — זענען גלײַך און באַקומען די ג־טלעכע שפֿע צוזאַמען אין איין "טאַנץ פֿון צדיקים". משה רבינו האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן שוועסטער האָט דערגרייכט אַ מדרגה, וועלכע וועט זיך אַנטפּלעקן אין משיחס צײַטן; ער האָט אָבער אַליין באַקומען די תּורה פֿון "עולם־הישר" — אַ נידעריקערע וועלט, וועלכע עס פֿירט זיך לויט היעראַרכישע כּללים און סטרוקטורן.