Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

עס קלינגט נאָך אין די אויערן און עס שווינדלען פֿאַר די אויגן די טאָג־טעגלעכע ידיעות פֿון ליביע, וווּ די רעבעלן האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער דיקטאַטור פֿונעם בלוטיקן דיקטאַטאָר מואַמאַר קאַדאַפֿי; דער גאַנצער מערבֿ האָט אונטערגעכאַפּט דעם קאַמף און אויף אַלע אופֿנים געשטיצט די רעבעלן... דעם סוף פֿון קאַדאַפֿי האָבן אויך אַלע געהערט און געזען. אויס דיקטאַטור, וואָס ווײַטער?... און ווײַטער זײַנען אַלע ווי בלינד און שטום געוואָרן, מיט איין וואָרט — פֿאַרגעסן!
פֿון דעסטוועגן, אייניקע ידיעות שנײַדן זיך דורך, דורך דער געדיכטער נעץ פֿון אַנדערע טאָג־טעגלעכע געשעענישן, וואָס ס’איז שוין מיט זיי פֿאַרכאַפּט סײַ די וועלט און סײַ די מעדיאַ. וואָס הערט זיך טאַקע אין דער באַפֿרײַטער ליביע? לויט דער קנאַפּער אינפֿאָרמאַציע, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז טיילווײַז איז דאָס לאַנד אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מיטל־עלטערלעכן צײַטגרוב. ליביע האָט זיך צעשפּאַלטן אַפֿילו נישט אויף דרײַ פּראָווינצן, ווי ס’איז געווען אין דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה, נאָר אויף באַזונדערע קיניגלעכע שטעט, מיט אייגענע באַוואָפֿנטע גרענעצן, אָדער געגנטן, וואָס ווערן קאָנטראָלירט פֿון געוויסע שבֿטים.
די מיליטאַנטישע מחנות, אין שפּיץ מיט די נעכטיקע פֿעלד־קאָמאַנדירן, האָבן איבערגענומען די פֿונקציעס פֿון אַן אַרמיי; זיי זײַנען אויך די ריכטערס און זיי פֿירן אויס דעם אורטייל. קיין אַלגעמיינע געזעצן זײַנען נישטאָ — יעדער שבֿט לעבט לויט זײַנע אייגענע כּללים, וואָס דער הויפּט־כּלל איז: ווער ס’איז שטאַרקער, דער איז גערעכט. ווי ווײַט עס וועט אַזוי אָנגיין, איז שווער צו זאָגן. צוריק גערעדט, צי איז גרייט דער מערבֿ איצט זיך בכלל אַרײַנצומישן?
און דאָך איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז דער מערבֿ וועט עס טאָן און גאָר אין גיכן; נישט אַזוי צוליב אײַנשטעלן דאָרטן אַ דעמאָקראַטיע, ווי צוליב דער גרויסער נאַפֿט־פּראָבלעם, וואָס טרײַבט אים זיך אומצוקערן צו דעם ליבישן פּאָסט־קאַדאַפֿישן לאַנד.


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם "גליקן-זוכער"
מיט 75 יאָר צוריק האָט ביראָבידזשאַן זיך געשניטן אויף עפּעס רעכטס. ענטוזיאַסטן פֿון ביראָבידזשאַן האָבן געגלייבט, אַז דער סטאַטוס פֿון אַ "ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט" (באַקומען אין מײַ 1934) איז געווען אַ צײַטווײַליקער, נאָר אַן עטאַפּ אויפֿן וועג צו אַ העכערן סטאַטוס, פֿון אַ "ייִדישער אויטאָנאָמער רעפּובליק". מע האָט שוין ערנסט געטראַכט און גערעדט וועגן פּראָקלאַמירן די שטאָט ביראָבידזשאַן פֿאַרן צענטער פֿון דער סאָוועטישער, און במילא דער גאַנצער "פּראָגרעסיווער", ייִדישער קולטור. די צערעמאָניע גופֿא פֿון דער דאָזיקער פּראָקלאַמירונג האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם 9טן פֿעברואַר 1937.
דאָס איז געווען אַ געוואַלדיק וויכטיקע דאַטע אין דער פֿרישער מסורה פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער מלוכהשאַפֿט: מיט אַ יאָר פֿריִער, אָנהייב פֿעברואַר 1936, האָט זיך קיין ביראָבידזשאַן אַרײַנגעכאַפּט לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, דער מעכטיקער סאַטראַפּ פֿון סטאַלינען. ניט צופֿעליק וועט דערנאָך קאַגאַנאָוויטשעס נאָמען יאָרנלאַנג טראָגן דער היגער ייִדישער טעאַטער. אַזעלכע הויכע געסט האָבן אַהין נאָך קיין מאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט, אַזוי אַז דעם יום-טובֿ האָט מען באַשלאָסן אָפּצומערקן ווי עס דאַרף צו זײַן — מיט אַ גרויסער צונויפֿקומעניש אין אַ יאָר אַרום.
סוף 1936, ווען די פּרעסע האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן דער קאָנפֿערענץ, איז ביראָבידזשאַן געווען אָפֿט דערמאָנט ניט נאָר אין דער סאָוועטישער, נאָר אויך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעסע. דער שמועס איז געגאַנגען וועגן אַ גראַנדיעזן פּלאַן פֿון מאַסן-אימיגראַציע פֿון אויסלענדישע ייִדן, בפֿרט פֿון פּוילן, וווּ דער מצבֿ פֿאַר ייִדן איז געווען אַ שלעכטער אָדער אַפֿילו געפֿערלעכער. דער דאָזיקער פּלאַן האָט ניט אויסגעזען ווי אַן אוטאָפּישער, ווײַל די סאָוועטישע רעגירונג האָט געוויזן סימנים פֿון מסכּים זײַן מיט אַזאַ ייִדישער אײַנוואַנדערונג. ניט צופֿעליק איז דווקא אין יאָר 1936 אַרויס דער באַוווּסטער פֿילם "גליקן-זוכער", וועגן דער גליקלעכער (פֿאַר גוטע לײַט) און אומגליקלעכער (פֿאַר שלעכטע לײַט) ייִדישער איבערוואַנדערונג פֿון אויסלאַנד קיין ביראָבידזשאַן.


געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ראַסאַן פֿאַוזי בײַם קאַמפּוס פֿונעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט
ראַסאַן פֿאַוזי, אַ מיטל-יעריקער מענטש און אַ ליבהאָבער פֿון קאָמפּיוטערײַ, אַ פּאַלעסטינער אַראַבער פֿון אום-על-פֿאַכעם, מאַכט איצטער אַ מאַגיסטער בײַם קאָלומביע-אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק דווקא אין העברעיִשער ליטעראַטור. אין די העברעיִשע טעקסטן וואָס ער פֿאָרשט, זוכט ער אַלערליי אָנווײַזונגען וועגן די פּאַלעסטינער אַראַבער, און דערמיט וויל ער דערווײַזן דעם היסטאָרישן אומיושר פֿון
די ייִדן אין ארץ-ישׂראל כּלפּי זייערע אַראַבישע שכנים.
אום-על-פֿאַכעם, ראַסאַנס היימשטאָט, איז פֿרידלעך איבערגעגעבן געוואָרן פֿון יאָרדאַניע צו ישׂראל אין 1949. "מע האָט זי הן נישט באַפֿרײַט און הן נישט אָקופּירט", זאָגט ראַסאַן. ער געדענקט נאָך ווי אַ קינד, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרנומען זײַן משפּחהס הויז, און זײַנע עלטערן איז געבליבן נאָר צו שרייען "חי-וקים". הגם אום-על-פֿאַכעם איז די צווייט־גרעסטע אַראַבישע שטאָט אין ישׂראל, האָט זי נאָך אין יענער צײַט נישט פֿאַרמאָגט קיין גימנאַזיע און אויך עלעקטריע איז נישט געווען בנימצא. האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן יעדן טאָג אַרום 30 קילאָמעטער קיין נצרת, אפֿשר די אומאָפֿיציעלע אַראַבישע הויפּטשטאָט אין ישׂראל, כּדי ווײַטער זיך לערנען.
די העברעיִשע שפּראַך האָט ער געהאַט גענומען שטודירן אין פֿערטן קלאַס און אין אַ יאָר אַרום שוין פֿרײַ גערעדט און געלייענט. בפֿרט געדענקט ער צום גוטן זײַן העברעיִש-לערער אין גימנאַזיע, וואָס איז געווען אַן אַלטער אַשכּנזישער ייִד פֿון טבֿריה. דער דאָזיקער לערער פֿלעגט זיי, אַ גרופּע יונגע אַראַבער, לערנען העברעיִש מיט אַ שטאַרק אַשכּנזישן אַקצענט. אַחוץ אים, זענען די אַנדערע לערערס לרובֿ געווען איראַקישע ייִדן, וואָס זײַענדיק באַהאַוונט אין אַראַביש, פֿלעגן זיי שוין באַשטראָפֿן די תּלמידים אויף זייער אייגענעם מאַמע-לשון.


מוזיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם מאָסקווער "ייִדיש־פֿעסט 2009" פֿון רעכטס: פּסוי קאָראָלענקאָ, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט

Daniel Kahn & The Painted Bird.
Lost Causes Songbook.
Oriente Musik, 2011;
Timofeyev Ensemble & Psoy Korolenko.
Shloyme. Profil, 2011

די צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ, יעדע אויף זײַן אופֿן, ווײַזן אָן אויף נײַע מעגלעכע ריכטונגען פֿאַר דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער מוזיק. אין די 1970ער יאָרן האָט מען ווידער אַנטדעקט די קלעזמער, ווי אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון דער ייִדישער עטנישער אויפֿלעבונג, צוערשט, אין אַמעריקע און דערנאָך אין אייראָפּע, ישׂראל און רוסלאַנד. בהדרגה איז קלעזמער־מוזיק געוואָרן אַ זשאַנער פֿון פּאָפּולערער מוזיק, וווּ די ייִדישע שפּראַך האָט געדינט ווי אַ מין געווירץ־סאָוס. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם קלעזמער־סטיל גייט אין דער ריכטונג פֿון מוזיקאַלישע עקספּערימענטן, בעת די ווערטער שפּילן דערבײַ ניט קיין עיקרדיקע ראָלע.
דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ געהערן צו דער קליינער גרופּע ייִדישע מוזיקער, וואָס דאָס וואָרט איז פֿאַר זיי פּונקט אַזוי חשובֿ ווי די מוזיק. לויטן סטיל, פֿאָרמאַט און פֿאַרטראַכט, איז דער נײַער אַלבאָם "פֿאַרלוירענע קאַמפֿצוועקן" פֿון דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע "דער באַמאָלטער פֿויגל" ממשיך די סעריע פֿון די פֿריִערדיקע דיסקן "פּאַרטיזאַנען און פּאַראַזיטן", "די געבראָכענע צונג" און "דער אונטערנאַציאָנאַל". דאָס איז ווידער אַ קאָמפּאָזיציע, וואָס איז כּולל אַלטע באַקאַנטע ייִדישע און ניט־ייִדישע "שלאַגערס", אַזעלכע ווי געבירטיקס "אַּבֿרהמל דער מאַרוויכער" און "לילי מאַרלען" (אויף ייִדיש); עטלעכע ווייניקער באַקאַנטע פֿאָלקסלידער, ווי למשל, "וועמען וועלן מיר דינען?" פֿון משה בערעזאָווסקיס זאַמלונג, און קאַהנס אָריגינעלע פּראָגראַמאַטישע קאָמפּאָזיציעס, אַזעלכע ווי "די אינערלעכע עמיגראַציע", "זונטיק נאָך דער מלחמה" און "גערליצער פּאַרק".


דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

לאָוער־איסט–סײַד, ניו־יאָרק, 1930ער יאָרן
צווישן אַלע שטעט פֿאַרנעמט ניו־יאָרק דאָס סאַמע חשובֿע אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. קיין אַנדערע שטאָט האָט ניט זוכה געווען אַזוי פֿיל פֿאַרשידענע פּאָרטרעטן אין דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע. אויפֿן שוועל פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק געוואָרן די ייִדישע הויפּט־שטאָט פֿון דער וועלט, סײַ לויט דער צאָל פֿון די רעדנער פֿון ייִדיש, סײַ לויט דער צאָל פֿון ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס, צײַטונגען, פֿאַרלאַגן, טעאַטערס, קלובן.
ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך גלײַך צוגעכאַפּט צו דעם רײַכן מענטשלעכן שטאָף, וואָס זיי האָבן אַנטדעקט אין ניו־יאָרק, און באַוווינט אירע גאַסן, פּלעצער און פּאַרקן מיט פֿאַרשידענע ייִדישע טיפּן. הגם דער צענטער פֿון ייִדישן ניו־יאָרק איז געווען אויף דעם לאָוער־איסט–סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט די ייִדישע ליטעראַטור גיך באַהערשט אַנדערע געגנטן אויך. דער ערשטער דור ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער איז הײַנט מערסטנס פֿאַרגעסן, אָבער דווקא זיי האָבן פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר דער אייגנאַרטיקער ניו־יאָרקער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זיי האָבן געשריבן פֿאַרן פּראָסטן מאַסן־עולם, און האָבן זיך געסטאַרעט צו קאָמבינירן הומאָר מיט באַרעוודיקייט.
איינער פֿון די פּאָפּולערסטע און פּראָדוקטיווסטע דערציילער פֿון יענער תּקופֿה איז געווען ישׂראל־יוסף זעווין (1872—1926), וואָס האָט געשריבן אונטערן פּען־נאָמען תּשר״ק. ער האָט באַקומען אַ פֿילזײַטיקע ייִדישע און אַלגעמיינע דערציִונג אין רוסלאַנד און געקומען קיין אַמעריקע אין 1889, וווּ ער האָט אויספּראָבירט פֿאַרשידענע פּרנסות ביז ער האָט געפֿונען אַן אָרט פֿאַר זיך אין דער צײַטונג "ייִדישעס טאַגעבלאַט". אין זײַנע פֿילצאָליקע הומאָרעסקעס און דערציילונגען האָט ער באַשריבן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן. ער האָט אויך געשריבן פֿאַר העברעיִשע און ענגלישע צײַטונגען.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די ערשטע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים — אַ שליסל־געשעעניש, פֿון וועלכן מע קאָן אָפּלערנען אַ סך וויכטיקע לימודים וועגן באַציִונגען צווישן מענטשן. דאָס מענטשלעכע אַחדות און באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ איז גופֿא די גרעסטע אַנטפּלעקונג פֿון ג־טלעכקייט אין דער וועלט. ווי עס שטייט אין דער פּסחדיקער הגדה, האָט דער אייבערשטער אַליין — נישט קיין מלאך און נישט קיין שליח — אויסגעלייזט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים.
מיר ווייסן אָבער, אַז ג־ט איז דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, און אַז דער גאַנצער אוניווערס איז אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. "ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט", ווי עס פֿלעגט זאָגן דער הייליקער בעל־שם־טובֿ, לויט דער מסורה פֿון די חב״ד־רביים. ווען אַ מענטשלעכער שליח אָדער אַ מלאך וואָלט אויסגעלייזט די ייִדן פֿון שקלאַפֿערײַ, וואָלט עס אויך געווען, בעצם, אַן אַנטפּלעקונג פֿון ג־ט אַליין. אויב אַזוי, וואָס מיינט די הגדה, אַז דער אייבערשטער האָט באַפֿרײַט די ייִדן אָן קיין שליח?
דער דינאָווער רבי, דער מחבר פֿונעם באַרימטן חסידישן ספֿר "בני־ישׂשׂכר", דערקלערט, אַז ווען דער אייבערשטער אַליין איז אַראָפּגעגאַנגען אין דער טומאה פֿון מצרים, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן, האָט ער געטאָן, כּבֿיכול, אַן "עבֿירה לשמה".
פֿאַרשטייט זיך, איז דער אייבערשטער — ווי דאָס עצם פֿון אַלץ אין דער וועלט — תּמיד בנימצא אין אַלע זאַכן, אַרײַנגערעכנט די, וואָס זעען אויס ווי שלעכטע. אינעם געוויינטלעכן גאַנג פֿון דער נאַטור נעמען מיר אָבער אויף געוויסע זאַכן ווי הייליקע, און געוויסע אַנדערע זאַכן — ווי פֿאַרדאָרבענע און אומגײַסטיק־פֿינצטערע. בעת יציאת־מצרים האָט דער באַשעפֿער צעבראָכן די געזעצן פֿון דער נאַטור, וועלכע ער האָט אַליין אײַנגעשטעלט און האָט זיך אַנטפּלעקט דווקא אויף אַ פּאַראַדאָקסישן אופֿן, דורך דעם חושך פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. מע קאָן זאָגן, אַז צוליב דעם זאָגט די הגדה, אַז דער אייבערשטער אַליין, און נישט קיין שליח, האָט באַפֿרײַט די ייִדן.