- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס האָט אויפֿגערודערט ביידע ייִדישע וועלטן — די פֿרומע און די סעקולערע (זע, ז׳ 3). די חרדישע וועלט האָט געבלאָזן שופֿר און געשריִען "גוואַלד!" וואָס איז? לאָזט זיך אויס, אַז אַלע צרות אין דער הײַנטיקער וועלט נעמען זיך פֿון דער אינטערנעץ! יעדער האָט געקאָנט זען, אַז ייִדיש איז אַ מעכטיקער, רעאַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט. די ייִדישע שפּראַך האָט געהילכט איבערן גרויסן סטאַדיאָן־פֿעלד, די פּנימער פֿון די רעדנער האָט מען געוויזן פֿון די ריזיקע עקראַנען, און דער עולם — בערך 50—60 טויזנט נפֿשות — האָט זיך מיט אויפֿמערק צוגעהערט. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ טייל פֿונעם שכנישן "נאַציאָנאַלן טעניס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון בילי דזשאַן קינג", ווײַל דער "סיטי־פֿילד" איז שוין געווען אינגאַנצן געפּאַקט. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז נישט אַ מאַמע־לשון, נאָר גאָר אַ "טאַטע־לשון". די רעדנער און דער פֿאַרזאַמלטער עולם זענען געווען דורכאויס מענער — כּמעט אויסשליסלעך חרדים אין שוואַרצע מלבושים. די סיבה, צוליב וועלכער די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט אינעם ניו־יאָרקער לעבן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע: די רבנים האָבן געדרשנט וועגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ און דערקלערט זייער פּסק, אַז אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט באַנוצן די אינטערנעץ אָן אַ שטרענגן פֿילטער — און אַפֿילו דעמאָלט מוז מען קודם קריגן אַ היתּר בײַ אַ רבֿ, כּדי צו נוצן עס בלויז בײַ דער אַרבעט. שטייענדיק אויף דער ברייטער רוזוועלט־עוועניו, וווּ די אויטאָס, געפּאַקט מיט חסידים, זענען כּסדר פֿאַרבײַגעפֿאָרן, האָבן די דעמאָנסטראַנטן — סײַ פֿרומע, סײַ געוועזענע פֿרומע; סײַ די וועלכע זענען אַמאָל סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, סײַ זייערע שטיצער — געהאַלטן שילדן אין די הענט אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, דערקלערנדיק: "הערט אויף צו שיצן מנוּוולים"; "באַשיצט די קינדער, נישט די באַלעסטיקער!", און "3 מיליאָן דאָלאַר אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די אינטערנעץ; 0$ אויסגעגעבן צו באַקעמפֿן די באַלעסטיקונג פֿון קינדער". דערבײַ האָבן זיי די לאָזונגען אויך אויסגערופֿן אויף אַ קול. בײַם אַרויסגאַנג פֿון דער באַן־סטאַנציע, וווּ שטראָמען פֿון חסידים זענען געגאַנגען צום סטאַדיאָן, האָבן עטלעכע דעמאָנסטראַנטן אויסגעטיילט הונדערטער בויגנס, מיט די פֿראַגעס: "צי ווייסט איר, אַז ס׳רובֿ רבנים דערציילן נישט דער פּאָליציי ווען עמעצער האָט באַלעסטיקט אַ קינד? צי ווייסט איר, אַז אַ סך פֿון די געליטענע פֿון די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס, און זייערע פֿאַרטיידיקער, ווערן באַדראָט, אויב זיי דערציילן וועגן דעם, בעת זייערע אַטאַקירער ווערן באַשיצט?" אין אונדזער קאָלעקטיוון, ווי אויך אין אונדזער פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון דעם געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך דעם יאָר. זכרונות און עמאָציעס זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן. זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע, וואָס טאָג־טעגלעך באַווירקט אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, אונדזער בענקשאַפֿט, אונדזער געמיט־צושטאַנד. עס לעבן צווישן אונדז די העלדישע קעמפֿער און אָנטיילנעמער אין דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אַלט־ירושלים. אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער זענען אויסגעוואַקסן און זיך דערצויגן אין ליכט פֿון זייער אָנוועזנהייט און זייער גײַסט, פֿון יענע היסטאָרישע טעג, ווען די אַלטשטאָט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דעם אַראַבישן שׂונא און דער הר־הבית מיטן כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די חרובֿע בית־המיקדשן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט מיט העכער 2,500 יאָר צוריק — זענען נאָך בלוטיקע קאַמפֿן צוריק דעראָבערט געוואָרן דורך אונדזערע העלדישע זעלנער. דורות־לאַנג האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט אויפֿגעגעבן די שבֿועה: "אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט... לאַזאַר ווײַסביין איז געבוירן געוואָרן אין 1895 און זײַן טאַטע האָט געחלומט, אַז דער זון זאָל ווערן אַ קאָמערסאַנט. דעריבער האָט ער אים אָפּגעגעבן זיך לערנען אין אַ קאָמערץ־טעכניקום. אָבער דעם זון איז די גאַנצע קאָמערץ געלעגן אין דער לינקער פּאה; אַן אַנדער זאַך — צו שפּילן פֿידל. צו שפּילן — יאָ, אָבער נישט האָרעווען; ער וויל נישט זײַן קיין צווייטער חפֿץ אָדער אויסטרײַך, אים איז גענוג צו זינגען פֿריילעכע קופּלעטן, אונטערטאַנצן און זיך אונטערשפּילן אויפֿן פֿידל. נאָך לאַנגע פּרוּוון צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין אַ טעאַטער, האָט מען אים סוף־כּל־סוף גענומען אין דער טרופּע פֿונעם טעאַטער אין קרעמענטשוג (1912). אמת, מיט אַ תּנאַי, אַז דעם ייִדישן נאָמען ווײַסביין וועט ער פֿאַרבײַטן אויף אַ קלינגעוודיקן טעאַטער־פּסעוודאָנים. אַזוי האָט זיך באַוויזן אין דער טעאַטער־וועלט דער זינגער און אַקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. דאָס לעבן פֿון אַן אַקטיאָר האָט אים פֿאַרשלעפּט און פֿאַרדרייט; ער האָט געביטן טעאַטערס און שטעט, ביז ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט לענינגראַד. אין 1919 שפּילט ער אין זײַן ערשטן פֿילם "לייטענאַנט שמידט — קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהייט". שוין דער נאָמען אַליין איז פֿול מיט פּראָפּאַגאַנדע. אָבער אין 1928, זײַענדיק אין פּאַריז, הערט ער דאָרט דעם אַמעריקאַנער דזשאַז־אָרקעסטער פֿון טעד לויִס. זינט דעמאָלט ווערט אוטיאָסאָוו "קראַנק אויף דזשאַז". דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". דער ערשטער טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־באַשאַפֿונג, קוקנדיק אויף דעם מענטש ווי די וויכטיקסטע באַשעפֿעניש. |