- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אויף דער פּאָליטישער וועלט־גאַס פֿאַרנומען דעם הויבנאָן די טרעפֿונג אין מעקסיקע פֿון דער אַזוי גערופֿענער גרופּע G20, דער טאָפּלטער "מנין" פֿון די מערבֿדיקע פֿירער. דאָס מאָל האָבן זיך אויף אים באַוויזן צוויי נײַע פּערזאָנען — דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד און דער ווידער־געוויילטער רוסישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. 1. דער לאַנגער שבת אין סידני ווען מײַן פֿרײַנדל האָט דערהערט, אַז איך קלײַב זיך צו פֿאָרן אין אויסטראַליע, האָט ער, ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער, מיר אַ זאָג געטאָן: "אַ לאַנד, וווּ ס׳איז אַלץ קאַפּויער!" צו באַשטעטיקן זײַנע ווערטער האָט ער צוגעגעבן: "דאָ הייבט זיך בײַ אונדז אָן דער זומער, און דאָרט גייט מען ערשט אין ווינטער אַרײַן". די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" — אַן אָנגעזעענער חורבן־מוזיי אויפֿן דרומדיקן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר דער שׂימחה, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ד״ר רות איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און איז הײַנט אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי. לכתּחילה, ווען מע האָט איר געהאַט פֿאָרגעלייגט אַ בראַנזשע פֿון ווײַן־פּראָדוקטן אויף איר נאָמען, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט, פּונקט אַזוי ווי זי האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן אַ בראַנזשע פֿון קאָקאָשעס אָדער אונטערוועש אויף איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג האָט זי זיך אָבער באַרעכנט. זי האָט אָנגעהויבן צו קלערן, אַז אויב זי וועט אַנטוויקלען אַ ווײַן מיט אַ נידעריקן פּראָצענט אַלקאָהאָל, וועט עס אפֿשר העלפֿן פּאָרפֿעלקער זיך פֿילן באַקוועמער אין שלאָפֿצימער, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ליבן זיך. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער נײַער ווײַן, מיטן נאָמען "ווען ד׳אַמור׳" (דער ווײַן פֿון ליבע, אויף פֿראַנצויזיש). פֿאַר יעדן פֿלאַש וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן, וועט דער "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" באַקומען אַ פּראָצענט. אין רוסלאַנד, רעדאַקטאָר ישׂראל ברטל (באַרטאַל). באַנד 2׃ פֿון די צעטיילונגען פֿון פּוילן ביזן סוף פֿון דער רוסישער אימפּעריע, 1772—1917, רעדאַקטאָר איליאַ לוריע. מאָסקווע־ירושלים׃ גשרים, 2012 דער צווייטער באַנד פֿון דעם דרײַ-בענדיקן ווערק "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד" באַהאַנדלט די סאַמע רײַכע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. אַזוי ווי דער ערשטער באַנד, איז דאָס דאָזיקע בוך, וואָס פֿאַרמאָגט העכער פֿינף הונדערט זײַטן, מיט אַ סך זעלטענע אילוסטראַציעס; כּולל טעמאַטישע קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָנגעשריבן דורך באַקאַנטע מומחים אויף די געהעריקע פֿעלדער. בסך־הכּל באַשטייט דער באַנד פֿון איין און צוואַנציק קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָרגאַניזירט אין פֿינף טיילן׃ די רוסישע מלוכה און די ייִדן, דאָס אינערלעכע לעבן פֿונעם רוסישן ייִדנטום, דעמאָגראַפֿיע און לענדער, אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק, ליטעראַטור און קונסט. אַזאַ מין סטרוקטור האָט געוויסע מעלות און געוויסע חסרונות. פֿון איין זײַט, ווערט יעדער ענין באַהאַנדלט דורך אַן אמתדיקן קענער, וועלכער גיט דעם לייענער אַ געפּרעסטן קיצור פֿון זײַנע גרעסערע פֿאָרשונגען. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן מען דערבײַ ניט אויסמײַדן אַ געוויסן ווידעראַנאַנד, סײַ וואָס שייך דעם סטיל און סײַ וואָס שייך דעם מיין. און דאָך האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף דער צײַט פֿון די יובֿל-פֿײַערונגען. מײַן ווײַב האָט באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט זי קענען אײַנשפּאָרן צוויי טעג פֿון אירע וואַקאַציעס. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט ערגעץ באמת דרומדיק, וווּ אָנהייב יוני איז שוין אַ ריכטיקער זומער. הקיצור, האָבן מיר אויסגעקליבן מאָנטענעגראָ, דאָס לאַנד פֿון "שוואַרצע בערג". געפֿאָרן זײַנען מיר אַהין, האָבנדיק געוויסע באַוואָרענישן וועגן דער מדינה. אָבער איצט, נאָכן פֿאַרברענגען דאָרט כּמעט צוויי וואָכן, זײַנען מיר געוואָרן ענטוזיאַסטן פֿון אָט דעם געוואַלדיק שיינעם ווינקל פֿון אייראָפּע. דערצו האָט זיך בײַ אונדז געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן זײַנען דאָרטן זייער סימפּאַטישע און גאַסטפֿרײַנדלעכע. אַ חוץ דער נאַטור, שאַפֿט מאָנטענעגראָ אַ שטאַרקן אײַנדרוק ווי אַ "רוסיש אָרט". אין פּרקי־אָבֿות ווערן געבראַכט צוויי בײַשפּילן פֿון מחלוקת: לשם־שמים, ווי צווישן הלל און שמאַי, און שלא־לשם־שמים, ווי צווישן משה און קורחן. אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז קורחס טענות זענען אויך נישט געווען אינגאַנצן פּוסטע. אויב זײַן מחלוקת וואָלט געווען אַ באַשײַמפּערלעך־פּוסטע קריגערײַ אָן אַ סיבֿה, וואָלט בכלל נישט געווען וואָס צו רעדן וועגן דעם. די חז״ל ברענגען עס ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַ שלעכטן סיכסוך דווקא צוליב דעם, וואָס אין די טענות קעגן משה רבינו איז געווען, בעצם, אַ קערנדל פֿון אמת, אָבער זיי זענען געווען אויסגעמישט מיט אומריינע כּוונות. |