- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער מצבֿ וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין סיני נאָך דעם ווי ישׂראל איז מסכּים געווען אַרײַנצולאָזן אויפֿן האַלב־אינדזל די עגיפּטישע אַרמיי, צו פֿאַרניכטן דאָרט די טעראָריסטישע גרופּירונגען, דערמאָנט הײַנט די אַלטע מעשׂה מיטן ייִד, וואָס האָט זיך פֿאַרפֿירט מיט אַ בער; ער וואָלט שוין, נעבעך, געוואָלט זיך פֿון דעם בער אָפּטשעפּען, אָבער יענער לאָזט אים נישט אָפּ. בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון זיי האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער קולטור אין דרום־אַמעריקע. מען האָט פֿאַרבעטן אין "קלעזקאַנאַדע" צום ערשטן מאָל די זינגערין יאַסינטאַ (שוין 35 יאָר אין פּאַריז, אָבער אַן אַרגענטינער געבוירענע), די כּלי־זמרים "לערנער און מאָגילעווסקי", און דעם אַרגענטינער לעקטאָר און לערער אַבֿרהם ליכטענבוים. מע האָט אויך אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, אַן אינטענסיוון פּאָעזיע־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן דזשייק מאַרמאַר און עדינה קאַראַסיק. אַ דריטע טעמע האָט מען געווידמעט "קאַרנאַוואַל"; און סײַ אינעם קונסט־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, סײַ אין טעאַטער־וואַרשטאַט, מיט דער רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין, סײַ אינעם טאַנץ־וואַרשטאַט מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב און לילי פּערלמאַן — האָט מען זיך געגרייט צו אַ "קאַרנאַוואַל־באַל" מיט צענדליקער מוזיקער, טענצער און אַקטיאָרן. אַ פֿערטע טעמע בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט באַטאָנט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָנטרעאָל. וועגן דעם פֿילם האָט מען שוין מער ווי איין מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס"; אַ פֿילם וואָס טאָרבינער האָט איבער אים געאַרבעט נישט ווייניקער ווי פֿינף יאָר, קוים קריגנדיק גענוג שטיצע אים צו פֿאַרענדיקן. ס׳זעט אויס, אַז דעם לאַנד וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אויף ציוניסטישע יסודות, איז ביז הײַנט שווער צו אָנערקענען די ריזיקע ראָלע, וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט פֿאַר דער מלחמה אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. שוין זשע קאָנען נישט די פֿאַרברענטע ציוניסטן ביז הײַנט מסכּים זײַן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, און האַלטן דעם "בונד", ווי ‘אַ געפֿאַר’ פֿאַרן לאַנד, אַז אַפֿילו צו באַקומען אַ שטיצע פֿאַר אַ קונטס־ווערק וועגן "בונד", קומט אָן מיט גרינע ווערעם? דאָס נײַע ביכל, אונטערן טיטל "בונדאים: סוציאַליזם בייִדיש ובעבֿרית, סרט וחמישה מאמרים" (די ישׂראלדיקע בונדיסטן: סאָציאַליזם אויף ייִדיש און עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינף אַרטיקלן), באַשטייט פֿון די ווערק פֿון ב. צאַלעוויטש (דער גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן "בונד") און י. אַרטוסקי (דער חשובֿער אידעאָלאָג און פֿאָרזיצער פֿון "בונד" אין ישׂראל) אויף ייִדיש און העברעיִש. דער יונגער פֿאָרשער יעד ביראַן גיט צו איין אַרטיקל; און פֿון יצחק לודען קאָן מען דאָ געפֿינען דעם איינציקן אַרטיקל פֿון אַ בונדיסט, אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1977. ב. אַרטוסקי ווערט ציטירט אינעם פֿילם פֿון דעם טעקסט, וואָס איז אויך פֿאַראַן אינעם ביכל, און וואָס האָט אַ שײַכות צו דער פּראָבלעם אײַינצופֿרירן דעם "בונד" אין דער ייִדישער מדינה אין 1966. A Journey to Shtetl. Documentaries taken in 1988 in former Jewish settlements of Ukraine. Aktivi, JDC. זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער. איך מיין ניט דערמיט סתּם ייִדישע מיטגלידער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. זייער צאָל איז תּמיד געווען אַ גרויסע. שוין דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר האָט באַוויזן די ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור: צווישן די 597 דעלעגאַטן, זײַנען געווען 201 רוסן, 113 ייִדן, 28 גרוזינער, 25 אוקראַיִנער, און אַזוי ווײַטער. אָבער מיך אינטערעסירן, פֿאַרשטייט זיך, די “ייִדישע ייִדן" — די, וואָס האָבן געהערט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. און זייער קול האָט זיך אויך געהערט בעתן ערשטן צוזאַמענפֿאָר: דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער האָבן גערעדט; און ניט נאָר זיי. צווישן די דעלעגאַטן פֿון ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען, אַ שטייגער, אויך די דיכטער איזי כאַריק און זעליג אַקסעלראָד. אויסלענדישע ייִדישע שרײַבער זײַנען געקומען ווי געסט. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל באַטראַכט די טעמע פֿון אינערלעכער פֿאַראייניקונג פֿון אַ מענטש און דעם באַשעפֿער, ווי דעם לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "דבֿרים", וועלכער ווערט פֿאַררעכנט, ווי עס שטייט אינעם זוהר, ווי משה רבינוס אייגענע ווערטער, און פֿאָרט שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטעגראַלן טייל פֿון דער תּורה־נבֿואה. |