- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די טעג פֿון סוף־יאָר און אָנהייב־יאָר איז מסתּמא די בעסטע צײַט צו דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. אונדזער פֿאָלק, לויטן ייִדישן לוח, לעבט 5773 יאָר און ס’איז גאָר נישט די צײַט צו זאָגן ווידוי. איז לאָמיר זיך אויך אין די טעג האַלטן בײַ דעם אַלטן מינהג, זיך אומקוקן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר און זיך באַמיִען אונטערציִען אַ שטיקל סך־הכּל. צוליב דעם וואָס די שרײַבערינס זענען ענג פֿאַרבונדן מיט דער פֿרומער קהילה — זייערע קינדער לערנען זיך אין די אָרטיקע שולן, און די מאַמעס האָפֿן, ווי אַלע פֿרומע עלטערן, צו געפֿינען אַ גוטן שידוך פֿאַר זיי — האַלטן די פֿרויען תּמיד אין זינען געוויסע גרונט־כּללים בײַם שרײַבן זייערע דערציילונגען און ראָמאַנען: אויסמײַדן מאָרדן, גוואַלד־מעשׂים, אויסגעלאַסנקייט און גראָבע ווערטער; און פֿאַרזיכערן, אַז די העלדן, וועלכע האָבן געזינדיקט, זאָלן במשך פֿונעם ווערק תּשובֿה טאָן. די פֿרומע שרײַבערין, בריטאַני ניומאַרק (אַ פּסעוודאָנים, פֿאַרשטייט זיך), איז אָבער פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. זי צענזורירט נישט די געדאַנקען און געפֿילן, וואָס ווערן אַריבערגעטראָגן אויפֿן פּאַפּיר. אין אירע דערציילונגען און פּאָעזיע, געפֿינען זיך נישט בלויז פֿרומע ייִדן, נאָר אויך סעקולערע אַקאַדעמיקער און באָהעמישע פֿרויען. אין דער דערציילונג, The Lost Girl [דאָס פֿאַרלוירענע מיידל], למשל, קומט פֿאָר אַ ליבע־סצענע צווישן אַ חרדישער חתונה־געהאַטער ביבליאָטעקאַרין און אַ צווייטער פֿרוי; און ווײַטער לייענען מיר אַ האַרץ־רײַסנדיקע סצענע, וווּ צוויי חסידישע בחורים פֿאַרגוואַלדיקן אַ מיידל אויף דער גאַס. "מײַן פֿרומקייט און מײַן שרײַבן זענען בײַ מיר צוויי באַזונדערע זאַכן," האָט ניומאַרק דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "ווען איך שרײַב מײַנע שורות, בין איך הונדערט פּראָצענט אָפֿנהאַרציק," האָט זי געזאָגט. "אָבער ווען איך פֿאַרמאַך די העפֿט, בין איך ווידער די פֿרומע טאַנטע ביילע."
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש". אַ סעריע פֿון באָריס סאַנדלער, "פֿאָרווערטס", 2012. אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן (1913—2004), דער העלד פֿונעם נײַעם פֿילם פֿון דער סעריע "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס", באַשרײַבט זײַן טעמע אַזוי׃ "מײַן שרײַבן איז וועגן ווילנע — אָבער ניט וועגן ווילנע פֿונעם גאָון אליהו, ניט וועגן ווילנער אינטעליגענץ". ער קלײַבט זײַנע העלדן אויף דעם סאַמע דנאָ פֿון ייִדישן ווילנע, ווײַל "וועגן דעם ווילנער גאָון אליהו און דעם ייִדישן פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך וועט מען נאָך שרײַבן דיסערטאַציעס, אָבער ווער וועט געדענקען אַזעלכע טיפּן ווי מישקע קראַסאַווטשיק אָדער תּמרה די הויכע?" קאַרפּינאָוויטש האָט באַקומען די דאָזיקע פּערסאָנאַזשן בירושה פֿון זײַן פֿאָטער משה קאַרפּינאָוויטש, דעם בעל־הבית פֿונעם "פֿאָלקס־טעאַטער", וואָס איז געווען ספּעציעל באַליבט בײַם פּראָסטן עמך. צוזאַמען מיט זײַנע ברידער און שוועסטער האָט אַבֿרהם פֿון קינדווײַז אָן געהאָלפֿן דעם טאַטן אין אָט דער פֿאַמיליע־אונטערנעמונג, "אויסגעפֿילט אַלע לעכער אין טעאַטער, וווּ מען האָט נאָר געקאָנט פֿאַרשפּאָרן געלט." און דערבײַ האָט ער גיריק אײַנגעזאַפּט אַלץ, וואָס ער האָט געזען און געהערט אויף אָט דעם "יריד". מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָך זײַן עליה קיין מדינת־ישׂראל (אין 1949), וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן צו דער ייִדישער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", האָט זיך קאַרפּינאָוויטש גענומען פֿאַר זײַן לעבנס־פּראָיעקט׃ מחיה־מתים צו זײַן אין זײַנע ביכער די אַמאָליקע וועלט פֿון ווילנער ייִדישע גאַסן, וואָס זײַנען געווען די היים פֿאַר זײַנע העלדן. די דאָזיקע נסיעה אין צײַט און רוים הייבט זיך אָן שוין אינעם ערשטן זאַמלבוך זײַנעם, "דער וועג קיין סדום" (1959). אין 1941, ווען גאָדינער איז פֿרײַוויליק אַוועק זיך שלאָגן מיט די דײַטשן, האָט ער געקענט זיך האַלטן פֿאַר אַ דערפֿאַרענעם זעלנער. אַ שינעל האָט ער דאָך אין זײַן יוגנט געטראָגן אין משך פֿון כּמעט אַ יאָרצענדליק. צום אַלעם ערשטן, האָט ער זינט 1912 געדינט אין דער רוסישער אַרמיי, זיך באַטייליקט אין שלאַכטן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, און דערנאָך איז ער געווען אין דער רויטער אַרמיי בעתן בירגערקריג. צו סאָציאַליסטישע אידעען האָט ער זיך צוגעכאַפּט נאָך ייִנגלווײַז, געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם “קליינעם בונד" — די יוגנט-אָרגאַניזאַציע פֿון דעם “דערוואַקסענעם" בונד. אין די 1920ער יאָרן האָבן די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור-קריטיקער זיך מיט גאָדינערן ממש אַרומגעטראָגן. זײַן פּראָזע האָט געהאָלפֿן אַרויסצוגיין פֿונעם קריזיס פֿון די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע, ווען פּאָעזיע האָט דאָמינירט אין סאָוועטיש-ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן. דערצו נאָך האָט גאָדינער געשריבן ניט אַבי וועלכע פּראָזע, נאָר דווקא זייער אַ געראָטענע. ס’איז זייער גרינג זיך אין דעם איבערצוצײַגן — לייענט איבער די דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרײַן אין דעם זאַמלבוך “פֿיגורן אויפֿן ראַנד", בפֿרט נאָך, אַז דאָס דאָזיקע בוך איז צוטריטלעך אין אינטערנעץ: http://www.archive.org/details/nybc210657. איך האָב זייער ליב די דערציילונג “אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט". אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם חילוק צווישן די מלאכים און מענטשן. אַ מלאך ווערט אָנגערופֿן אין די ספֿרי־חסידות ווי אַ "שטייענדיקער", און אַ מענטש — ווי אַ "גייער". לויט דער באַקאַנטער פֿילאָסאָפֿישער אינטערפּרעטאַציע פֿונעם רמב״ם, זענען די מלאכים "שׂכלים נבֿדלים" — ריין־אינטעלעקטועלע כּוחות, אָפּגעטיילט פֿון דער גשמיותדיקער וועלט. אַ מענטש קאָן אָבער דערזען אַ ריין־שׂכלדיקן ענין — אין אַ חלום, וויזיע אָדער נבֿואה — ווי אַ כּמו־מענטשלעכע געשטאַלט. מיט די אַנדערע ווערטער, קאָן מען זאָגן, אַז אַ מלאך איז אַן אַבסטראַקטער געדאַנק, וואָס באַקומט אַ קאָנקרעטע, לעבעדיקע פֿאָרעם. |