Video Banner
געזעלשאַפֿט

אַ פּאַשקוויל (פּלאַקאַט) אין וויליאַמסבורג, וואָס דערקלערט די פֿרויען און מיידלעך ווי זיך צו פֿירן אויף דער גאַס
מיט איבער אַ וואָך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעפֿט אָן אַ ליצענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פֿון צוויי־און־אַ־האַלב יאָר אַ יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײַסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.
בעת דעם מישפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפֿאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפֿפֿירן לײַטיש.
טאַקע דערפֿאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פֿונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פֿאַרמישפּט ווערן פֿאַר פֿאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פֿאָטאָ־געשעפֿט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפֿגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײַן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.
"מײַן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון סאַטמאַר, און מ׳האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײַן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער ׳מאָני־ביזנעס׳ [קרום געלט־געשעפֿט] און מײַן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פֿאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פֿאַרגוואַלדיקט]."


געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הייסע דעבאַטע אַרום דעם מוסולמענישן קהילה-צענטער אין 2009
אַן אָנגייענדיקע אויסשטעלונג אין דעם "מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק" (Museum of the City of New York), אונטער דעם נאָמען "אַקטיוויסט ניו-יאָרק" (Activist New York), שטעלט מיט זיך פֿאָר די געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע מינים געזעלשאַפֿטלעכע קאַמפֿן אין ניו-יאָרק פֿון 17טן יאָרהונדערט ביזן הײַנטיקן טאָג. מע קען דאָרט נאָכשפּירן די היסטאָרישע ליניע, וואָס הייבט זיך אָן מיט די פּאַציפֿיסטישע "קווייקערס", וועלכע פֿלעגן דרשענען אויף די גאַסן, אַז אַלע מענטשן זענען רוחניותדיק גלײַך, ביז די טעג פֿון "אָקופּירט סאַנדי!", און די באַמיִונגען צו העלפֿן די געליטענע פֿון דעם לעצטן הוראַגאַן. די אויסשטעלונג איז כּולל אַ סך אינפֿאָרמאַציע און איז גאַנץ ענג אָנגעלייגט, לכן איז כּדאַי פּאַמעלעך דורכצוגיין צווישן אירע פֿאַרשידענע טיילן.
איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכסוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גערופֿענע "עכטע אַמעריקאַנער", דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די "עכטע אַמעריקאַנער" זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם "ניו-יאָרקער באַנדיטן" (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי.

"מוזיי פֿון רעוואָלוציע".

מאָסקווע׃ 2012

דער נײַער ראָמאַן פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער, זשורנאַליסט און היסטאָריקער אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין דער רוסישער פּרעסע. דערבײַ גייט אָבער ניט אינעם בוך גופֿא, נאָר אין דעם אופֿן פֿון זײַן פּובליקאַציע. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אָנגעקומען אין פֿאַרקויף, צו ערשט, אינעם אינטערנעץ־נוסח, און ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן געדרוקטע ביכער. אויף דער דריטער שטופֿע פֿונעם עקספּערימענט האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאַרקירצטן אינטערנעץ־נוסח בחינם, און סוף־כּל־סוף, וועט מען קאָנען איבערלייענען דעם גאַנצן ראָמאַן אומזיסט (אָבער ניט אַראָפּלאָדן אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער).
דאָך, ניט געקוקט אויף די לעבעדיקע וויכּוחים אַרום דער צוקונפֿט פֿונעם בוכהאַנדל, האָט מען קוים באַרירט דעם אינהאַלט פֿונעם בוך, וואָס איז גאַנץ אינטערעסאַנט און באַלערנדיק פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן. אַרכאַנגעלסקי איז זייער אַ געניטער שרײַבער, מיט אַ פֿײַנעם חוש סײַ פֿאַר דער געשיכטע און סײַ פֿאַרן אַקטועלן איצטיקן מאָמענט און מיט אַן אייגענעם קוקווינקל אויף דער רוסישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. זײַנע ראָמאַנען לייענען זיך ווי לויפֿיקע קאָמענטאַרן צו די אַקטועלע געשעענישן אינעם רוסישן לעבן.
דער העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן איז אַ פּעטערבורגער היסטאָריקער, וואָס פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שאַפֿן כּלערליי מוזייען פֿאַר רײַכע פּריוואַטע קליענטן. דער מעטאַפֿאָרישער באַגריף פֿונעם מוזיי דינט ווי דער שליסל צו דעם גאַנצן ראָמאַן. אַ מוזיי איז דאָ ניט סתּם אַ קאָלעקציע פֿון ווערטפֿולע אַלטע זאַכן אָדער קונסטווערק, נאָר אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער קאָנצעפּציע, אַ מין כּמו־געשיכטע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווירטועל דורך מאָדערנע עלעקטראָנישע און טעכנישע מכשירים. הײַנט־צוטאָג קאָן יעדער איינער באַשטעלן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער געשיכטע, אַבי געלט איז פֿאַראַן.


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ "די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַצישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד"
אין מאָסקווע האָב איך אַ מאָל אָפּגעוווינט אַריבער פֿופֿצן יאָר, און אָט די גאַנצע צײַט האָב איך פֿײַנט געהאַט די לאַנגע פֿינצטערע ווינטער-חדשים. די שטאָט זעט אויס גאָר אַנדערש, ווען ס׳איז וואַרעם. די פֿראַגע איז ניט נאָר ווי זי זעט אויס, אָבער ווי דו פֿילסט זיך אין דעם דאָזיקן בילד. און איך, אַ קינד פֿון מער וואַרעמע, אוקראַיִנישע, מקומות, האָב זיך געפֿילט זייער ניט היימיש — תּמיד פֿאַרפּעלצט און אָפֿט מאָל פֿאַרשוויצט. בפֿרט נאָך אַז אין די מעטראָ-וואַגאָנען איז זייער וואַרעם, אַפֿילו הייס. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרן מיט אַן אויטאָ, אָבער איך פֿלעג עס נוצן זעלטן — נאָך אַ שניי דאַרפֿסטו דעם אויטאָ אויסגראָבן און דערנאָך לאָזן זיך אין וועג אַרײַן איבער די גליטשיקע גאַסן, וואָס איז אויך אַ קליינער פֿאַרגעניגן.
הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוסלאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינטער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָרציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער.
און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעגלעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסקווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער "אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה", וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן "עקאָנאָמישן" נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט געהאַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי.


הומאָר
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

...און ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן יאָר תּפֿיסה פֿאַר אונדזער געוועזענעם ישׂראל־פּרעזידענט משה קצבֿ, די זיבן שווערע יאָר, וועלכע קומען, ווי מיר ווייסן, נאָך די זיבן גוטע יאָר. די זיבן גוטע יאָר זײַנע סימבאָליזירן ניט זיבן פֿעטע קי, נאָר זיבן שיינע ווײַבלעך, איבער וועלכע ער, משה קצבֿ, איז באַגאַנגען פֿאַרשיידענע סעקסועלע פֿאַרברעכנס. ווען ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון פּראָקוראָרן, האָט מען אין ישׂראל זיך געחכמהט — אויפֿן אָרט פֿון משה קצבֿ זאָגן — מצבֿ קשה (אַ שווערע לאַגע). און דאָך איז אים איין מענטש געווען מקנא — וולאַדימיר פּוטין! ער האָט געזאָגט דעם דעמאָלטיקן פּרעמיער־מיניסטער אונדזערן אהוד אָלמערט, בעת זײַן באַזוך אין מאָסקווע: "גיט איבער אַ גרוס אײַער פּרעזידענט, ער האָט אונדז באמת פֿאַרוווּנדערט... כ׳האָב ניט געמיינט, אַז ער איז בכּוח האָבן צו טאָן מיט צען פֿרויען!" פּוטינען, פֿאַרשטייט זיך, איז אַפֿילו אין קאָפּ ניט געקומען, אַז מע קאָן אַרײַנזעצן אין תּפֿיסה אַ פּרעזידענט! אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד האָט געקאָנט זײַן פּונקט פֿאַרקערט — אין תּפֿיסה וואָלטן געגאַנגען די פֿאַרגוואַלדיקטע פֿרויען און ניט דער פּרעזידענט...
די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע חלומות, געראַטעוועט מצרים פֿון הונגער און געוואָרן דער מיצרישער שני־למלך. ווען יעקבֿס קינדער זענען אָנגעקומען קיין מצרים, כּדי צו קריגן דאָרטן תּבֿואה, האָט יוסף נישט אויסגעזאָגט, ווער ער איז, און זײַנע ברודער האָבן אים נישט דערקענט.
רבי נחמן בראַצלעווער זאָגט, אַז די וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל און בײַט זיך כּסדר, ווי אַ חלום. יעדע זאַך אין דער וועלט, אַפֿילו די שטיינער און שטערן אין הימל, ווערן אין יעדן מאָמענט באַנײַט, טראַנספֿאָרמירט, באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. מיר קאָנען זיך צומאָל נישט דערמאָנען אונדזערע געפֿילן פֿונעם נעכטיקן טאָג, ווײַל דער הײַנטיקער "איך" איז אַ מין גילגול פֿונעם נעכטיקן, און נישט אַ דירעקטער המשך.
אין די חב״ד־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז די חלומדיקע נאַטור פֿונעם לעבן ווערט צום מערסטן אַנטפּלעקט ווען עס קומט די גאולה, ווי עס שטייט געשריבן אין תּהילים: "בשובֿ ה׳ את שיבֿת ציון היינו כּחולמים" — ווען די ייּדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון גלות, האָבן זיי אַזוי ווי געחלומט. אין דער מעשׂה מיט יוספֿן זעען מיר דאָס באַזונדערס קלאָר. זײַן לעבן איז געווען ווי אַ חלום: אָט לעבט ער גליקלעך, מיט דער משפּחה, אָנגעטאָן אין די בונטע קליידער, וואָס זײַן טאַטע האָט פֿאַר אים ספּעציעל געמאַכט; אָט ווערט ער פּלוצעם פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַף קיין מצרים דורך זײַנע אייגענע ברידער; אָט זיצט ער אין תּפֿיסה און אָט איז ער עולה־לגדולה. יוספֿס לעבן האָט זיך כּסדר געביטן צוליב חלומות און גופֿא געווען ווי אַ חלום. די דערציילונג וועגן זײַן פּערזענלעכער גאולה, וואָס מיר האָבן געלייענט מיט אַ וואָך צוריק, איז, מסתּמא, דער סאַמע "חלומדיקער" עפּיזאָד אין דער תּורה.