Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ.


פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון אלעזר קאַץ (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס בילד פֿונעם זעצער־פּערסאָנאַל, איז גענומען געוואָרן אין אנהייב פֿון 1963 — פֿאַרן יוביליי נומער פֿון 65 יאָר „פֿאָרווערטס‟. ערשטע שורה (פֿון רעכטס): נוראָק, ליכטין, סעם פּעריקמאַן, גאָלדין, קלמן קאַרלינסקי, איסאַק ריבאַלאָווסקי, דזשייקאָבס (דער טאַטע פֿונעם אַקטיאָר לי דזשיי קאָבס), עווענס, אייב ליטמאַן, וועג, קאַצאַנאָוו. צווייטע שורה (פֿון רעכטס): (געדענק נישט), קופּערשטאָק, מאָריס בעל, סאָל רויט, משה בעס, אַלעקס גראָסמאַן, שטיין, האַרטמאַן, באָריס בלום, גערי כאַנאַכאָוויטש. דריטע שורה (פֿון רעכטס): (געדענק נישט), לאָנדינסקי, אלעזר קאַץ (מחבר פֿונעם אַרטיקל), קאָזאַק, לייזער ראַן, צבֿי שטאָק, בערגער, (געדענק נישט).

מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָר­ווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟.


ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָסל מלאָטעק

ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָר­געלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק.

דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנ­גע­פֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש.


חורבן
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אוישוויץ־בירקענאַו פֿאַרניכטונגס־לאַגער

דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.


געשיכטע
פֿון דניאל סויער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ גע­װען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליס­טישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַר­טײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט גע­װען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַ­ציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנע­מען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון".