Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער וועג פֿון קאָנפֿראָנטאַציע מיטן מערבֿ, וואָס רוסלאַנד איז לעצטנס אַרויף אויף אים, ווערט שטאָציקער.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך עס בולט אַרויסגעוויזן דורך עטלעכע זאַכן: פּוטינס דערקלערונג, אַז רוסלאַנד גייט אַרויס פֿונעם "אָפּמאַך וועגן אָרדינערע וואָפֿנס"; דער סיכסוך מיט ענגלאַנד צוליב לוגאָוואָי, וואָס לאָנדאָן באַשולדיקט אים אין דערמאָרדן דעם רוסיש־ענגלישן בירגער ליטווינענקאָ;


פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין גע­לייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמי­ניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה גע­ווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דער­פֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן.


פּאָליטיק
אין אַפּריל, 2003, האָט מען געראַבעוועט אין די גאַסן פֿון באַגדאַד. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך צוגעקוקט און נישט אַרײַנגעמישט

ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמע­ריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַ­דאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַר­וווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן;


פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Martin Gilbert. Churchill and the Jews. London: Simon & Schuster, 2007.

צווישן אַלע וועלט־פּאָליטיקער פֿונעם ערשטן ראַנג איז ווינסטאָן טשערטשיל געווען מן־הסתּם דער סאַמע פֿרײַנדלעכער צו ייִדן. אָן זײַן שטיצע וואָלט דעם ציו­ניסטישן פּראָיעקט געווען אַ סך שווע­רער צו פֿאַרווירקלעכן. ניט אַזוי בולט איז געווען זײַן סימפּאַטיע צו ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז תּמיד געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון היט­לערס ראַסיסטישער פּאָליטיק, גרייט צו העלפֿן אירע ייִדישע קרבנות;


געשיכטע, פֿאַרשײדנס
לייזער זאַמענהאָף

מיט 120 יאָר צוריק, דעם 26טן יולי 1887, האָט דער יונגער אויגן־דאָקטער לייזער זאָמענהאָף פּובליקירט די ערשטע גראַ­­מאַטיק פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך עספּעראַנטאָ. במשך פֿון די לעצטע 120 יאָר האָט עספּעראַנטאָ געבוירן אַ רײַכע ליטעראַטור, דורכגעמאַכט זייער אַן אינ­טערעסאַנטע, באַלערנדיקע געשיכטע, און איז געוואָרן אַ פֿעסטגעשטעלטער, לע­בע­דיקער שפּראַך־פֿענאָמען, וואָס ווערט כּסדר אַנטוויקלט דורך טויזנטער ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה, "דבֿרים", ווערן איבערגעחזרט אַ סך מיצוות, וואָס זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש, ווי אויך אַ סך תּוכחות, מיט וועלכע משה-רבינו האָט געטאַדלט די ייִדן אין די טעג פֿאַר זײַן פֿטירה, נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל.