Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין ישׂראל, צום בידנעם מזל, האָט מען זיך שוין גוט אויסגעלערנט צו דערקענען אַ פֿאַלשן לופֿט־אַליאַרם און אַן אמתן. אָנהייב וואָך זײַנען אין ישׂראל דורכגעפֿירט געוואָרן געניטונגען "אויף מאַלע וואָס...", וואָס אין אַן אַנדער לאַנד אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, וואָלטן אַזעלכע געניטונגען קיין באַזונדערן אויפֿמערק נישט צוגעצויגן. נאָך מער: די איבערגעטריבענע שפּיל מיט פֿאַרבלוטיקטע פֿאַרוווּנדיקטע,


ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויבן פֿון רעכטס: יאַנקעלע פֿוקס, בינה סילווערמאַן־ווײַנרײַך, אוריאל ווײַנרײַך; אונטן פֿון רעכטס: מענדל האָפֿמאַן, גאַבי ווײַנרײַך, 1948.

ערשט די טעג איז אַוועק פֿון דער וועלט בינה ווײַנרײַך, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן ייִדישן לינגוויסט — אוריאל ווײַנרײַך, די שנור פֿון ד"ר מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך, און די שוועגערין פֿון גאַבי ווײַנרײַך. פֿאַר מיר ליגט אַ בילד פֿון פֿינף יונגע חבֿרה־לײַט. דאָס בילד באַשײַנט די שוואַרץ־חנעוודיקע ברונעטקע — בינה סילווערמאַן, ווען זי האָט נאָך געהייסן אויף איר מיידלשן נאָמען. וועגן בינהן ווייס איך ווייניק, בלויז דאָס וואָס זי אַליין האָט מיר דערציילט, און די עפּיזאָדן וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט בעת אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט.


פּובליציסטיק
מענדי זילבערשלאַג, דער אָנפֿירער פֿון דער גאָרקיך, מאַכט געשעפֿטן אויף דער מאָבילקע,
בעת ער דערלאַנגט צום טיש

נישט געקוקט אויף דער הצלחהדיקער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע און דעם פֿאַרשטאַרקטן שקל, האָט דאָס ישׂראלדיקע מיניסטעריום פֿון סאָציאַלע באַדינונגען פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, וואָס באַשטעטיקט, אַז יעדן טאָג עסן 24,000 מענטשן אין אַ גאָרקיך (אַ פּלאַץ, וווּ אָרעמע לײַט קריגן אַ הייסן מיטאָג בחינם), און אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אויף אַזוינע פֿינאַנציעלע צרות, אַז זיי זענען מוותר די נייטיקע שפּײַזן, כּדי צו קויפֿן אַנדערע זאַכן.


פּאָליטיק
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
זבֿולון אורלבֿ

ספּעציעלער אינטערוויו פֿאַרן “פֿאָרווערטס" מיטן מנהיג פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם זבֿולון אורלבֿ


אין די ראַמען פֿון דער סעריע אַרטיקלען וועגן רעליגיעזן ייִדנטום אין מדינת־ישׂראל צו איר 60סטן יוביליי, האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט צו אינטערוויויִרן דעם דינאַמישן מפֿד"ל־פֿאָרזיצער זבֿולון אורלבֿ (אָרלעוו), וועלכער שטייט גלײַכצײַטיק בראָש פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר מדינה־קאָנטראָל און אים שטעלן אַ ריי פֿראַגעס וועגן זײַן אַרבעט און וועגן דער ראָלע וואָס זײַן פּאַרטיי שפּילט אינעם פּאָליטישן לעבן.


אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים"

צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן צרעת — געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". אין דער אמתן, ווי עס האָבן דערקלערט חז״ל, איז צרעת געווען אַ מיסטעריעזע הויט-קראַנקייט, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָר אין די תּנ״כישע צײַטן, און האָט געדינט ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון-הרע. דאָס צרעת האָט מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון דער טומאה, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ ריי ספּעציעלע טהרה-ריטואַלן.