- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע, ווי אויך עקצענטרישסטע, אַמעריקאַנער דענקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען ר. באָקמינסטער פֿולער (1895 — 1983). ער איז געווען אַן אַרכיטעקט, אַ פֿילאָסאָף, אַ פּאָעט, אַן אויסגעפֿינער און צווישן די ערשטע שטיצער פֿון אַלטערנאַטיווע מקורים פֿון ענערגיע. פֿולער האָט אויסגעטראַכט דעם "געאָדעזישן קופּאָל", וואָס מע האָט געניצט איבער דער וועלט צו בויען הײַזער און אַנדערע סטרוקטורן. בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן. די בילדער־אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ירושלים — אַריבער פֿופֿציק ווערק פֿון באַרימטע מײַסטער — איז געווען אַ קולטור־מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַ פּרעצעדענטלאָזן כאַראַקטער. לאַנגע חדשים האָט די אויסשטעלונג געצויגן מאַסן באַזוכער. שוין דער פֿראַגע־צייכן אַליין — "וועמען געהערן די בילדער?" — האָט דעם עולם אינטריגירט און אים געבראַכט צו אַ באַזוך: מען האָט געזוכט אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע. דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויסגעבראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָלערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוסטרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען. קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ. געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער. דער מצבֿ פֿון אַ קינסטלער אין דער ייִדישער מדינה איז ניט קיין פֿריילעכער, און בפֿרט ווען דער דאָזיקער קינסטלער איז אַ רוסישער עולה. דאָס רובֿ רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם הייליקן לאַנד מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק, בלײַבן ווייניק באַקאַנט אי אין ישׂראל אי חוץ־לארץ. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינען זיך דווקא די קינסטלער, וועלכע ווילן ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון דער רוסיש-ייִדישער קונסט ווי זי האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז. יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטורעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַרקערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור. אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדישער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערילאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות". הערמאַן שטרוק (1876 — 1944) איז געווען אַ בערלינער קינסטלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָרטרעטן און לאַנדשאַפֿטן. ער האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ מײַסטער פֿון ראַדירונגען, און אַפֿילו מאַרק שאַגאַל האָט אים געבעטן אים ווײַזן זײַן טעכניק. די אַנדערע קינסטלער ווי יעקבֿ שטײַנהאַרדט און אַנאַ טיכאָ האָבן זיך אויך געלערנט בײַ אים, און זײַן לערנבוך, "ווי אַזוי צו ראַדירן", איז נאָך אַלץ אַ קלאַסיש ווערק. |