- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויסצוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל... Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007. אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007. דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן. אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אין דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון קינסטלער, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. "דעם לעבנס פֿאַרגעניגנס און די ׳אַשקאַן׳—קינסטלער 1895 — 1925" באַהאַנדלט, דער עיקר, אַ גרופּע מאָלער, באַקאַנט ווי "די אַכט", ווײַל זיי האָבן אויסגעשטעלט צוזאַמען אין 1908 אין אַ ניו־יאָרקער גאַלעריע, און קריטיקער האָבן זיי באַהאַנדלט, פֿון דעמאָלט אָן, ווי אַ נײַע ריכטונג אין דער קונסט. מיט דער צײַט האָט מען די גרופּע, און זייערע יורשים, גערופֿן די "אַשקאַן"־שול פֿון קונסט. "אַשקאַן" איז טײַטש מיסטקאַסטן, און די קינסטלער האָבן געמאָלן אויף אַ סאָציאַל־רעאַליסטישן אופֿן — אַרויסגעכאַפּט סצענעס פֿון דער גאַס, פֿון בעטלער, פֿון בורלעסק־הײַזער, פֿון ספּאָרט־מענטשן, ווי אויך פֿון דער נגידישער געזעלשאַפֿט. דער טראָפּ האָט מען נישט געלייגט אויף ראָמאַנטישקייט אָדער אויף דער שיינקייט פֿונעם בילד; די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער האָבן נישט פֿאַרשענערט די מענטשן אָדער סצענעס. אָראָמע און רײַכע האָט מען געמאָלט רעאַליסטיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, סײַ גוטע, סײַ שלעכטע. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק צו כאַפּן דאָס קאָלירפֿולע לעבן פֿון דער שטאָט. משה נאַריד אין זײַן לענגערער פּאָעמע "ריווינגטאָן־סטריט" פֿרעגט רעטאָריש בײַם לייענער — "צי איך קען ריווינגטאָן־סטריט?" הײַנט וואָלט מען אים רויִק געקענט ענטפֿערן — ניין, ר׳ משה, איר קענט נישט ריווינגטאָן־סטריט! ווײַל דאָרט אויף דער באַוערי, צווישן סטאַנטאָן־גאַס און ריווינגטאָן האָט זיך די טעג געעפֿנט אַ היפּער־מאָדערנער מוזיי — "דער נײַער מוזיי פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט". די איצטיקע איסט־סײַד איז נישט וואָס ס‘איז אַמאָל געווען און דאָס בויען פֿונעם מוזיי דאָרטן איז אַ סימן, אַז אַלע ליידיקע ערטער אין מאַנהעטן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען, האָבן באַקומען אַ ווערט פֿאַר בויערס, ווי אויך טוריסטן. לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש. באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק. עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט. אינעם ניו־יאָרקער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" קען מען איצט קומען אָנקוקן אַ וויכטיקע נײַע אויסשטעלונג — "די תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט: האָלענדישע בילדער אינעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי". צום ערשטן מאָל קען מען הנאה האָבן מיט איין מאָל פֿון אַלע 228 האָלענדישע בילדער, ס‘רובֿ פֿון די 1600ער יאָרן, אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי. די בילדער ווערן אויך אויסגעשטעלט לכּבֿוד 400 יאָר נאָכן געבוירן ווערן פֿונעם מײַסטער־קינסטלער רעמבראַנדט וואַן רין (1606 — 1669), וועלכער האָט געוווינט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל אין אַמסטערדאַם און האָט געמאָלן סײַ אָנפֿירנדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון זײַן סבֿיבֿה, סײַ בילדער אויף אַ ביבלישער טעמאַטיק. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַע רוסישע אויסגאַבע פֿונעם ערשטן טייל פֿון שלום-עליכמס בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער הערש אינגער. "מאָטל פּייסי דעם חזנס", די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה וועגן אַ צען-יעריקן ייִנגל-יתום פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, איז איינס פֿון שלום־עליכמס בעסטע ווערק; דער ערשטער טייל פֿונעם בוך, וווּ מאָטלס משפּחה קלײַבט זיך צו עמיגרירן קיין אַמעריקע, איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אימפּרעסיאָניסטישער באַוועגונג אין דער מאָלערײַ איז געווען דער ייִד, קאַמיל פּיסאַראָ (1830—1903). ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען יעקבֿ אויפֿן קאַריבישן אינדזל, סאַנקט־טאָמאַס, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו דענמאַרק. זײַן טאַטע, פֿרעדעריק, אַ ספֿרדישער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, איז געקומען אויפֿן אינדזל צו העלפֿן זײַן מומע, אַן אַלמנה. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ערשט אָפֿיציעל אָנערקענט דעם זיווג מיט יאָרן שפּעטער. מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנדערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַרברענגעניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קולטור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטורמישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן". |