- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער "אָדעסער חכם" אַחד־העם האָט געחלומט וועגן אַ צײַט, ווען ארץ־ישׂראל וועט ווערן דער "מרכּז רוחני" (דער גײַסטיקער צענטער) פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. די איראָניע פֿון דער הײַנטיקער קולטור־פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל באַשטייט אין דעם, וואָס אַן אוניקאַלע זאַמלונג פֿון מאָדערנער ייִדישער מאָלערײַ פֿון תּל־אָבֿיבֿ איז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו דעם "פֿאָנד פֿון אוקראיִנער אַוואַנגאַרד" כּמעט פֿאַר צוויי מיליאָן דאָלאַר. די זאַמלונג איז כּולל זעקס און אַכציק בילדער פֿון די אָדעסער קינסטלער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט און האָט פֿריִער געהערט צום באַקאַנטן אָדעסער כּלל־טוער און מעצענאַט יעקבֿ פּערעמען (1881—1960). אין וואַרשע איז פֿאַראַן אַ פֿעסטונג — רופֿט מען זי די ציטאַדעל. אין די צאַרישע צײַטן איז די ציטאַדעל געווען אַ תּפֿיסה, דער עיקר, פֿאַר פּוילישע קעמפֿער פֿאַר זעלבשטענדיקייט. הײַנט צו טאָג איז אין דער־אָ אַמאָליקער תּפֿיסה פֿאַראַן אַ נאַציאָנאַלער מוזיי. די קרוין פֿון די דאָרטיקע עקספּאָנאַטן איז די גרויסע קאָלעקציע בילדער פֿון ייִדישן קינסטלער אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי — דעם מאָלער פֿון דער סיבירער קאַטאָרגע אין 19טן יאָרהונדערט. מאַן ריי איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער קינסטלער וואָס האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער מאָדערנער קונסט־באַוועגונג אין פּאַריז צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. ס'איז ווייניק באַקאַנט וועגן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. געבוירן אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי אין 1890, איז זײַן טאַטע געווען אַ שנײַדער פֿון אייראָפּע און צו די ערשטע שאַפֿונגען פֿון מאַן ריי געהערט דאָס ווערק, געמאַכט פֿון צוזאַמענגעשטיקעוועטע לאַטעס. אין דער באַקאַנטסטער אין ניו־יאָרק קונסט־גאַלעריע MiMi Ferzt Gallery איז דערעפֿנט געוואָרן די אויסשטעלונג "שעמיאַקין און סאַנקט־פּעטערבורג", אויף וועלכער עס זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די סקולפּטורן, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם סקולפּטאָר און מאָלער מיכאַיִל שעמיאַקין. כּמעט אַלע זײַנען ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער שטאָט פּעטערבורג. שעמיאַקין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1943, אין מאָסקווע. פֿרי געוואָרן אַ יתום, האָט ער זײַן פֿאַמיליע־נאָמען באַקומען פֿונעם שטיף־פֿאָטער, אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי — שעמיאַקין; אויך זײַן ערשטער נאָמען, פֿײַזולאַ, האָט מען געביטן אויפֿן רוסישן — מיכאַיִל. הײַיאָר האָבן צוויי מוזייען אין אייראָפּע אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען וועגן די אַוואַנגאַרדן, וואָס האָבן צעטומלט די ייִדישע גאַס אין מיזרח–אייראָפּע אין די 20ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט. פֿונעם 11טן פֿעברואַר ביזן 17טן מײַ האָט דער פּאַריזער מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע אויסגעשטעלט 120 ווערק פֿון אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, מאַרק שאַגאַל, הענריק בערלעווי און אַנדערע. די אויסשטעלונג האָט זיך אײַנגעאָרגנעט אַרום די אילוסטרירטע ייִדישע ביכער אונטערן טיטל "פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט: דער אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך 1939—1941". אין סעפּטעמבער האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג — "יצחק באַשעוויס זינגער און זײַנע קינסטלער" בײַם "היברו־יונאָן־קאָלעדזש" אין מאַנהעטן. די אָפֿיציעלע עפֿענונג איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן אָקטאָבער און די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אין דער גאַלעריע פֿונעם קאָלעדזש ביזן 2טן יולי 2010. דער "פֿאָרווערטס" איז איינער פֿון די שותּפֿים צו דער אויסשטעלונג, וואָס באַשטייט פֿון די אָריגינעלע קונסטווערק וואָס האָבן באַגלייט באַשעוויסעס ביכער אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. בײַ דער עפֿענונג האָט שמואל נאָריך, בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף. Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל "אונדזער ירושה", געשטיצט פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן קלוב פֿון אַמעריקאַנער קונסט דערערפֿנט די אויסשטעלונג פֿונעם מאָלער סאַשאַ גאַליצקי (רוסלאַנד —ישׂראל). דער באַקאַנטער קלוב אין סאַמע צענטער פֿון מאַנהעטן, אויפן היסטאָרישן אָרט גראַמערסי-פּאַרק, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1898. צווישן די מיטגלידער פֿונעם קלוב זײַנען געווען דרײַ אַמעריקאַנער פּרעזידענטן: רוזוועלט, ווילסאָן און אייזענהאַוער. די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט. אויסשטעלונג וועגן דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער וועלט צי קען מען מיט אַן אַבסאָלוטער זיכערקייט זאָגן אין אַלע סיטואַציעס, אַז יענער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, און אַן אַנדערער — נישט? מען איז שוין צוגעוווינט צו צעטיילן די וועלט אויף די "גוטע" — די העלדן, און די "שלעכטע" — די רשעים. אָבער די דאָזיקע צעטיילונג פֿאַרפּשוט דעם ענין וואָס איז אַ סך מער קאָמפּליצירט און קען ווערן אויסגעטײַטשט אַנדערש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען. |