ליטעראַטור, קונסט
פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויסנדיק, צי נישט־וויסנדיק, פֿאַרצייכענען אַ מאָל פּאָעטן און שרײַבער אַ וועלט מיט כאַראַקטעריסטיק וועגן זיך דורך קליינע גראַפֿישע סימבאָלן, וואָס די שרײַבער אַליין צייכענען אין זייערע ביכער אָדער בריוו. דורך דער גראַפֿיק ווערט אַנטפּלעקט דעם שרײַבערס כאַראַקטער, זײַן קונסט־ און וועלט־באַנעם.

אָט, למשל, דער פּאָעט פֿריד ווײַנינגער וואָס איך האָב אים געקענט ווי אַ לאָקאַטאָר — געוווינט בײַ אונדז אין בראָנקס אין די 1980ער יאָרן, ווײַנינגער איז אויך געווען אַ מאָלער, וואָס האָט שטענדיק געזוכט און געוואַנדערט איבער דער וועלט. ער איז געווען אַן עסטעט; אַ ליבהאָבער פֿון שיינקייט און אָרדענונג.

אין אונדזער בוידעמשטוב האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ סטודיאָ, וווּ ער האָט געמאָלן זײַנע איילבילדער, אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך וואָרצלען דורך דעם אימאַזש פֿון אַ בוים. כאָטש ער האָט געמאָלן בײַ אונדז אין הויז, האָט ער אונדז קיין מאָל נישט צוגעלאָזט אָנצוקוקן זײַן ווערק. דער פּראָצעס פֿון מאָלן איז פֿאַר אים געווען אַ פּריוואַטער ענין.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סיבות דערצו זײַנען סײַ פֿונעם מעטאָדאָלאָגיש־טעאָרעטישן, סײַ פֿונעם פּראַקטישן מין. פֿון איין זײַט, איז עס ניט קלאָר, ווי אַזוי צו באַשטימען ייִדישקייט אין קונסט. אַוודאי זײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ סך ייִדישע קינסטלער, אָבער צי איז עס באַרעכטיקט צו פֿאַראייניקן זיי אַלע אונטער דער רובריק "ייִדישע קונסט"? אַזאַ צוגאַנג קאָן אַפֿילו פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַן אַנטיסעמיטישער, אָדער פֿאַרקערט — אַ נאַציאָנאַליסטישער — בפֿרט, ווען מען וויל דורכפֿירן אַ מחיצה צווישן דער "רוסישער" און דער "ניט־רוסישער" קונסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכן קאָרפּוס פֿון די קונסטווערק, וואָס וואָלטן געווען מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף אַ פּאָזיציע אין אַזאַ מין געשיכטע. דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער.

אָבער אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן די דאָזיקע געשיכטע, וואָלט טאַקע געווען מעגלעך. מען קאָן אָנהייבן פֿון די קינסטלער, וואָס געהערן בלי־ספֿק צו דעם "קרן" פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קונסט. צו זיי געהערן: תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מענדל גאָרשמאַן. זיי אַלע דערווײַזן אַ געוויסע סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט מיט דער קינסטלערישער טראַדיציע פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעבליט אין סאָוועטן־לאַנד גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע.

געשיכטע, קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַרל עפֿרוסי (1849—1903)

ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט.

ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַרק עפּשטיין, אַ פֿידלער

דער נאָמען פֿון דעם קינסטלער מאַרק עפּשטיין (1899—1949) פֿאַרנעמט נישט קיין חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע; אָבער איצט קערט ער זיך אום קיין קיִעוו, דער שטאָט, וווּ ער האָט געשאַפֿן אַלע זײַנע וויכטיקע ווערק. די אויסשטעלונג "דער אומקער פֿונעם מײַסטער" אין דעם נאַציאָנאַלן קונסט־מוזיי פֿון אוקראַיִנע איז די ערשטע גרויסע עקספּאָזיציע, וואָס ווײַזט די ירושה פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן, אָבער פֿאַרגעסענעם מײַסטער פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד.

עפּשטיין איז געווען נישט בלויז אַ באַגאַבטער מאָלער, גראַפֿיקער און סקולפּטאָר, נאָר אויך אַן אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אין 1917 איז ער געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע", וווּ ער האָט געשאַפֿן די קונסט־סעקציע און אָרגאַניזירט די ערשטע אויסשטעלונגען פֿון ייִדישער קונסט. ער איז פֿאַרבליבן אין קיִעוו נאָך דעם, ווי די קיִעווער "קולטור־ליגע" איז אַריבער אונטער דער השגחה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און די באַרימטע קינסטלער און ליטעראַטן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט, כּדי צו זוכן גליקן אין מאָסקווע און אין אויסלאַנד. עפּשטיין האָט פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קונסט־אינדוסטריעלער שול (1923—1931), די איינציקע אינסטיטוציע, וואָס האָט ממשיך געווען די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון ייִדישער קונסט.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויטאָ־פּאָרטרעט פֿון יצחק לעוויטאַן

יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש.

אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.

קונסט
צוויי אַליין־פּאָרטרעטן, "כּוונה" (רעכטס) און "קבֿע"

מיט אַ חודש צוריק האָט די גרעסטע ייִדישע בילדונג־אַגענטור אין ניו־יאָרק, Board of Education of New York, געביטן איר נאָמען אויף The Jewish Education Project (דער ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט), און באַשלאָסן צו שילדערן איר נײַע אידענטיטעט דורך אַ פֿאַרכאַפּנדיקער אויסשטעלונג פֿון אַ יונגער ייִדישער קינסטלערין און קונסט־פּעדאַגאָג.

די אויסשטעלונג, The Art of Seeing (די קונסט פֿון זען), וואָס געפֿינט זיך אינעם גרויסן ביוראָ פֿון דער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוציע אין מאַנהעטן, שטעלט אַרויס די ווערק פֿון טאַניאַ פֿרעדמאַן, אַ 25־יאָריקע געבוירענע אין סיינט־לויִס, וואָס אירע אייל־בילדער, פּאָרטרעטן און קאָלאַזשן שילדערן אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און גמרא־טעקסט.

קונסט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה גערשוני

אויב צווישן די ישׂראלדיקע מאָלערס איז פֿאַראַן אַ רשימה פֿון טאָנגעבערס, איז זיכער אויך פֿאַראַן אַ ליסטע פֿון טאָנגעבערס צווישן די קוראַטאָרן. שׂרה ברײַטבערג־סמל (סעמעל) — קונסט־קריטיקערין, רעדאַקטאָרין, קוראַטאָרין, געפֿינט זיך, אָן שום ספֿק, בײַם סאַמע שפּיץ פֿון דער דאָזיקער רשימה. איר נאָמען און אויפֿטוען זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער שורה קינסטלער וואָס זײַנען זוכה געווען אָנצוקומען, אַ דאַנק איר, צו יענער געגאַרטער פּאָזיציע, ווי אויך דערגרייכן, אַז דווקא זי זאָל דורכפֿירן אַ טיפֿע פֿאָרשונגס־אַרבעט איבער דעם קינסטלער. צו איר זכות קאָן מען צושרײַבן איינע פֿון די באַוווּסטע אויסשטעלונגען אין דער געשיכטע פֿון דער היגער קונסט, "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע", פֿון 1986, אין וועלכער איר אונטערשריפֿט איז אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן ביז הײַנט.

קונסט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער.

די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַליין-פּאָרטרעט, מיט אַ ייִדישן פּאַס, 1943

אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי!

איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום.

קונסט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עדואַרד מײַדענבערג

די טעג פֿײַערט די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע דעם 50סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אייגנאַרטיקן מאָלער און גראַפֿיקער, וואָס זײַן שאַפֿונג איז גוט באַקאַנט אויך אין אויסלאַנד, עדואַרד מײַדענבערג. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער אַמאָן מײַדענבערג, וועלכער האָט איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש די ווערק פֿון גרויסע ליטעראַטור־מײַסטערס, ווי שעקספּיר, טאָלסטוי, דזשעק לאָנדאָן, קיפּלינג, טורגעניעוו און אַנדערע. זײַן מוטער איז אַ לערערין פֿון געשיכטע, אויך זייער אַ פֿעיִקע מוזיקערין און שפּילט פּיאַנע און אַקאָרדעאָן.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמשיי ניורענבערג.
"אָדעס — פּאַריז — מאָסקווע׃
זכרונות פֿונעם קינסטלער".
מאָסקווע/ירושלים׃
"גשרים", 2010

דער קינסטלער אַמשיי ניורענבערג (1887—1979) געהערט צו דער "דרומדיקער" שיטה אין דער רוסישער קולטור, פּונקט ווי זײַנע גוטע פֿרײַנט, די שרײַבער איסאַק באַבעל און עדואַרד באַגריצקי. אַזוי ווי זיי, האָט זיך זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט אויסגעפֿורעמט ערבֿ דער רוסישער רעוואָלוציע אין דער פֿרײַער און פֿריילעכער אַטמאָספֿער פֿון אָדעס.

קונסט
פֿון לעאָניד ז‫אַסל‫אַווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג לינער

לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה".

איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון".