- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם. גאָר אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג האָט זיך אַנטוויקלט בײַ אונדז אויף סענטראַל־עוועניו — אין יאָנקערס, ניו־יאָרק. דאָרט איז פֿאַראַן אַ קינאָ וווּ מען ווײַזט פֿילמען, בדרך־כּלל, אמתע טשופּוכאַ. אָבער די לעצטע דרײַצן יאָר האָט זיך אַ ייִד מיטן נאָמען דוד שוואַרץ דערטראַכט צו אַ זעלטענעם געדאַנק. נעמלעך, צו שאַפֿן אַ קינאָ־קלוב מיט אַבאָנענטן, פֿאַר אַ געוויסן אָפּצאָל. איז מען רואה צו זען יעדע צווייטע וואָך אַ פֿילם, מ’האַלט אין איין רעדן בײַ אונדז וועגן די קירצונגען פֿאַר קונסט־אונטערנעמונגען, וואָס די ישׂראל־רעגירונג האָט בדעה אײַנצופֿירן, אָדער האָט זיי שוין אײַנגעפֿירט. דער איבערצײַגנדיקסטער תּירוץ: דער פֿינאַנציעלער וועלט־קריזיס, וואָס דערפֿירט דערצו, אַז אַלע מעגלעכע פּראָטעסטן זאָלן פֿאַרשוויגן ווערן, גלײַך ווי דאָס וואָלט געווען אַ גאָטס־זאַך און קעגן דעם האָט מען סײַ־ווי נישט וואָס צו טאָן. דאָס אַלץ איז אמת, ביז עס קומט צו דער טעמע טאַנץ, אָט דער קונסט־אויסדרוק פֿאַרנעמט בײַ אונדז די מיזרח־וואַנט אָדער, ווי מ'זאָגט עס מיט פּשוטע ווערטער — דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג. ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. גיי ווייס ווי אַזוי געשעט עס, נאָר דער פֿאַקט איז, אַז דער אײַכמאַן־פֿראָצעס האָט באַגײַסטערט אַמווייניקסטנס צוויי בולטע ישׂראל־דראַמאַטורגן צו שאַפֿן, יעדער איינער באַזונדער, צוויי וויכטיקע דראַמעס אין צוזאַמענהאַנג טאַקע מיט אָט דער היסטאָרישער געשעעניש; דער ערשטער, הלל מיטלפּונקט, מיט דער דראַמע "אַנדאַ", (קאָמענטירט אין "פֿאָרווערטס"). אַנדאַ וויל אַרויסטרעטן ווי אַן עדות, כּדי איבערצוגעבן אירע שרעקלעכע איבערלעבענישן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, קיין אַנדערער ייִדישער שרײַבער האָט נישט איבערגעלאָזט אַזאַ השפּעה אויף דער אַלגעמיינער פּאָפּולער קולטור, ווי עס טראָגט אין זײַנע ווערק, שלום־עליכם. און וואָס איז דען דער חידוש: צי איז נישט געווען דער גאַנצער געדאַנק פֿון ניצן אַזאַ פּען־נאָמען, כּדי צו באַצייכענען דעם מחברס ציל פֿון ווערן אַ פּשוטער ייִד, נישט אַנדערש פֿון אַלע פֿאָלקס־טיפּן, וואָס ער האָט באַשריבן מיט זײַן פּען? * נח פּרילוצקי (1882 — 1941) איז געווען אַן אַדוואָקאַט, ייִדיש־פֿאָרשער, פֿאָלקלאָריסט, לינגוויסט, קריטיקער, זשורנאַליסט און פּאָליטישער פֿירער פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. שלום־עליכם האָט זיך זײַנע באַליבטע ליטעראַרישע פֿאָרמען. לייענט די בריוועלעך פֿון מנחם־מענדלען און שיינע־שיינדל, מיט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿון יענטע דער קוראָלאַפּניטשקע, פֿון דעם כּתרילעווקער בעל־עגלה, פֿון ייִד מיטן מאָגן — און אײַך מוז זיך וואַרפֿן אין די אויגן דאָס באַזונדערע אַרטיסטישע פֿאַרגעניגן, וואָס פֿילט זיך אין יעדער שורה פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען. ווי אַזוי דער גרויסער ייִדישער שרײַבער שלום־עליכם האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן היים. — געשילדערט פֿון זײַן איידעם, דעם באַוווּסטן שרײַבער י. ד. בערקאָוויטש. "מײַן רעפּובליק" — אַזוי פֿלעגט שלום־עליכם רופֿן זײַן אייגענע היים. ער האָט דערמיט געוואָלט באַצייכענען אי דעם ליבעראַלן "רעפּובליקאַנישן" רעזשים, וואָס הערשט אין זײַן הויזגעזינד און גיט די מעגלעכקייט יעדן איינציקן מיטגליד צו באַוועגן זיך פֿרײַ, לויט זײַנע אײַנגעבוירענע אייגנשאַפֿטן און נייגונגען, שוין יאָרן ווי עס ברעכן זיך ביכער מיט אָפּשאַצונגען וועגן שלום־עליכמען, און דאָס אויף אַ שלל לשונות. זיי, די קריטיקער רופֿן אים אַפֿילו "מיסטער עליכם," מ'האַלט אים אין איין אַנאַליזירן. כאָטש ווער פֿון זיי איז באמת בכּוח אים אָפּצושאַצן ווי געהעריק. מ'דרייט מיט מנחם־מענדלס שטעקעלע, מ'גריבלט זיך בײַ אים אין אַ וועלט מיט סימבאָליזם, ראָמאַנטיזם, עקספּרעסיאָניזם, סורעאַליזם, און מ'האַלט אין איין טײַטשן און חקרנען. אָבער אין דער אמתן איז שלום־עליכם אַן אונדזעריקער — אייגנס, עכט. ער רעדט דען? אין ביראָבידזשאַן קלײַבט מען זיך אָפּמערקן שלום-עליכמס יובֿל. מע טענהט, אַז די געגנטלעכע ביבליאָטעק האָט די בעסטע זאַמלונג אין רוסלאַנד פֿון שלום-עליכמס ווערק, וואָס זײַנען אַרויס אויף ייִדיש — אַזש 110 ביכער. אפֿשר. אָבער — לויט אַלע סימנים נאָך — וועט מען אין דער געגנט נאָך ברייטער פּראַווען דעם 210טן יוביליי פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינען, בפֿרט נאָך אַז אין דער שטאָט פֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט דער פּושקין-קלוב, בראָש מיטן היגן ענטוזיאַסט ראָמאַן פֿײַן. |