- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993. מיט אַ חודש צוריק, שוין צום סוף פֿון דעם אַקאַדעמישן יאָר, איז מײַן שמועס מיט אַ קלאַס פֿון אַן ערך פֿערציק ביזגראַדויִר-סטודענטן אַוועק אין אַ ריכטונג, אין וועלכער מיר האָט אויסגעזען לאָגיש צו פֿרעגן זיי: "וועלכע ייִדישע שרײַבער האָט איר געהאַט געלייענט סתּם אַזוי, ניט ווי אַ היים-אַרבעט, וואָס איינער פֿון די פּראָפֿעסאָרן גיט אײַך?" צוויי סטודענטן (מיר דאַכט זיך, אַז ביידע האָבן געשטאַמט פֿון רוסיש-ייִדישע משפּחות) האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן געהאַט געלייענט שלום-עליכמען. קיינער — קיינער! — האָט ניט געלייענט באַשעוויסן. אין שײַכות מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן באַקום איך ענלעכע ענטפֿערס פֿון אַמעריקאַנער סטודענטן שוין אין משך פֿון זעקס יאָר. שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט. צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם. מאָנטיק, דעם 15טן יוני, וועט מען אין "קאַרנעגי־האָל" פֿאָרשטעלן אַ גאַלאַ־קאָנצערט, לכּבֿוד דעם 85סטן געבוירן־טאָג פֿונעם זינגער טעאָדאָר ביקעל. די אונטערנעמונג איז אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "יוגנט־געזעץ־צענטער", אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט יוגנטלעכע אין די תּפֿיסות, אָדער יונגע־לײַט בײַ קעסט־עלטערן. עס וועלן זיך באַטייליקן באַקאַנטע זינגערס און אַקטיאָרן סײַ פֿון דער ייִדישער וועלט, ווי הענקוס נעצקי, מײַקל וועקס און דוד קראַקאַוער, סײַ אַרטיסטן פֿון דער אַלגעמיינער טעאַטער און מוזיקאַלישער וועלט, ווי אַרלאָ גאָטרי, אַלאַן אָלדאַ און טאַם פּאַקסטאָן. דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין. אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג? דער שוסטער חנן מערגאַשילסקי האָט געהאַט אַ שטיף־ברודער, לייזער־דוד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען אין אונדזערע ערטער ווייניק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן — ער איז געווען אַ פֿויגלכאַפּער. — עס פּאַסט נישט, אַז אַ ייִד זאָל כאַפּן פֿייגל, — האָט יעדעס מאָל געטענהט חנן, ווען די רייד איז פֿאַרגאַנגען וועגן לייזער־דודן, — ס’איז נישט גוט צו פֿאַרשפּאַרן אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל; דער אייבערשטער האָט דעם באַשעפֿעניש געגעבן פֿליגלען עס זאָל פֿרײַ פֿליִען פֿון איין צווײַגל צו אַ צווייטן, פֿון איין קוסט צו אַן אַנדערן. די פֿאָרשונג פֿון אַ לעגענדע קען אַרומנעמען כּלערליי פּערספּעקטיוון. איינער פֿון די עלטסטע מעטאָדן אין דער פֿאָלקלאָריסטישער פֿאָרשונג באַשטייט פֿון פֿאַרגלײַכן וואַריאַנטן פֿון אַ טעקסט, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי דער פֿאָלקס־טעקסט האָט זיך געביטן במשך פֿון יאָרן, לענדער און קולטורן. לכתּחילה, האָבן פֿאָלקלאָריסטן געהאָפֿט, אַז מיט דעם מעטאָד וועט מען דערגיין צום "אורטעקסט", דעם ערשטן נוסח פֿון אַ לעגענדע, פֿאָלקס־מעשׂה אָדער ליד. פֿונעם 17טן יוני ביזן 25סטן יוני 2009 וועט פֿאָרקומען אַ היסטאָרישער צוזאַמענטרעף אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, פֿון כּמעט אַלע ייִדישע טעאַטערס אויף דער וועלט. די טעאַטערס זענען בפֿירוש טרופּעס וואָס שפּילן אויף דער ייִדישער שפּראַך, נישט סתּם אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע לשונות. עס וועלן זיך באַטייליקן טעאַטערס פֿון פּוילן, ישׂראל, רומעניע, פֿראַנקרײַך און ניו־יאָרק. דערצו וועט פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿילמען און אויסשטעלונגען במשך פֿון דער גאַנצער וואָך. דער נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער סאָלאָמאָן באַרט (שלמה קאָפּעלמאַן) איז קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די מומחים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. קיינער ווייסט ניט, ווען און וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און עס איז ניט באַקאַנט, מיט וואָס ער האָט זיך פֿאַרנומען ביזן יאָר 1918, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע. אויפֿן סמך פֿון אומדירעקטע ידיעות נעמט מען אָן, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע איז באַרט געווען רײַך און האָט ליב געהאַט די מאָדערנע רוסישע דיכטונג. מיט אַריבער צוויי וואָכן צוריק איז געוואָרן 93 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום-עליכם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916 אין די בראָנקס. אין דרײַ טעג אַרום, דעם 16טן מײַ, האָט די צײַטונג "The New York Times" מודיע געווען, צווישן אַנדערן: "...אַ הונדערט טויזנט מענטשן פֿון דער ׳איסט-סײַד', מיט טרויעריקע פּנימער, זײַנען געשטאַנען נעכטן אויף די טראָטואַרן בעת דער לוויה-פּראָצעסיע פֿון שלום-עליכמען, דעם באַרימטן ייִדישן הומאָריסט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום ראַבינאָוויטש..." עס איז גאַנץ פּאַסיק אָנצוהייבן די נײַע רובריק וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק מיט אַ רעצענזיע פֿון אַן אַמביציעזן קאָנצערט, וואָס דער מײַסטער קלעזמער־קלאַרנעטיסט, דוד קראַקאַוער, האָט אָרגאַניזירט דעם 9טן אַפּריל, אין "קאַרנעגי־האָל", ניו־יאָרק. פּאַסיק, ווײַל דער קאָנצערט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון די גרעסטע נעמען אין דער אַזוי־גערופֿענער "קלעזמער־אויפֿלעבונג" אָדער קלעזמער־רענעסאַנס. דעריבער קען מען באַטראַכטן די אונטערנעמונג ווי אַ מין חשבון־הנפֿש פֿון דער מוזיק, און אַ טראַכט טאָן — ווי האַלט עס איצט און וווּהין גייט מען ווײַטער? |