- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט. סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו. (אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט: ס׳האָט זיך געקענט ענדיקן ערגער. שוין באַלד אַ וואָך, ווי די דאָקטוירים האָבן געקעמפֿט פֿאַר איר לעבן, ניט קענענדיק שטעלן קיין גענויעם דיאַגנאָז, אָבער אָפּמערקנדיק אַ פֿולשטענדיקע נערוון־אויסשעפּונג. ערשט איצט האָט זיך דאָס מיידל ענדגילטיק אומגעקערט צום באַוווּסטזײַן, אָפּגעזופּט פֿון דער גלאָז טיי, אַפֿילו אויפֿגעגעסן אַ ביסן ברויט מיט פּוטער, און פֿאַלנדיק שווער אויף די קישנס, צום ערשטן מאָל דערשפּירט, אַז זי שלאָפֿט אײַן. זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, האָט מען בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאָלק־זינגער און קאָמפּאָזיטאָר מאיר באָגדאַנסקי (1912—2005). דאָס איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון "אָט אַזוי!" — אַן אינטענסיווער ייִדיש־קורס, וואָס הייבט איצט אָן דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אין זײַן אַכטן יאָר. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן פֿון לאָנדאָן: חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, באַרי דייוויס, ייִדיש־לערער און אַקטיאָר, העטהער וואַלענסיע, ייִדיש־לערער. דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר. "די גאָלדענע קייט", איז געווען אַמאָל אַ צײַטשריפֿט אַזאַ. זי איז דערשינען אין ישׂראל, געהאַט אַן אָנזען אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ געוויסן טאָג האָט זי אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. געבליבן איז דער אָנדענק. דאָ נישט לאַנג האָט מען זי דערמאָנט; נאָך מער, מ’האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַ קליינעם סעמינאַר אויף אָט דער טעמע. געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר אַן עולם וואָס איידער די לעקציע איז פֿאָרגעקומען האָט כּמעט קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס איז דאָס אַזעלכעס "די גאָלדענע קייט"; און דער עיקר, ס’האָט דאָרט אויפֿגעטראָטן, דערציילט און געלייענט וועגן דער היסטאָרישער צײַטשריפֿט, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון "דער גאָלדענער קייט", דעמאָלט — אַ יונגע דיכטערין. יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה. טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן. צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש. צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות. Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער. אַלע ווייסן פֿון וואָס עס באַשטייט אַ ביבליאָגראַפֿיע — אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון ביכער, געוויינטלעך, אויף אַ געוויסער טעמע. פֿאַר ס‘רובֿ פֿאָרש־אָרבעטן דאַרף מען זיך באַניצן מיט ביכער, אַרטיקלען און אַרכיוו־דאָקומענטן, און די ביבליאָגראַפֿיעס קענען דעם פֿאָרשער פֿאַרשפּאָרן אַ סך צײַט און מי, און פֿאַרזיכערן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע פֿאָרשט נישט די זעלבע טעמע וואָס אַ צווייטער האָט שוין געמאַכט (דאָס הייסט, אויב מע וויל נישט). |