װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סטיווען ווײַנטרויב

נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם.

מוזיק, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jascha Nemtsov.
Enzyklopädisches Findbuch zum Archiv der "Neuen Jüdischen Schule". 
Wiesbaden: Harrassowitz, 2008.

אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי,

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע, קולטור
בײַ אַ בערלינער שיל, סוכּות, 1933

די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּוילישע אויפֿשטענדלער פֿון 1863

ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יסוף פּאַפּ

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג:

"אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(צווייטער טייל)

איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן.

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנאַבעלאַ

אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס".

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

יענע וואָך איז אַרויס דאָס נײַע קאָמפּאַקטל Saints & Tzadiks (סאַנקטן און צדיקים) פֿון די זינגערס לאָרין סקלאַמבערג און סוזען מיק׳קאַוען. סקלאַמבערג איז באַקאַנט ווי דער זינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס" און פֿאַר זײַנע רעקאָרדירונגען פֿון ניגונים און זמירות, צוזאַמען מיטן טרומייטער פֿראַנק לאָנדאָן. אָבער די רעקאָרדירונג נעמט נישט נאָר אַרײַן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקסלידער, נאָר אויך אירלענדישע פֿאָלקסלידער. ביידע זינגערס זינגען סײַ די ייִדישע, סײַ די אירלענדישע לידער, און די רעזולטאַטן זענען זייער געראָטענע.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון תּנ״ך ביז פּאָסט־מאָדערן׃ אַרטיקלען וועגן ייִדישער
קולטור־געשיכטע.
מאָסקווע׃ טעקסט, 2009

די יערלעכע קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר אין מאָסקווע אונטער דער השגחה פֿונעם אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר" יעדן ווינטער זינט אָנהייב 1990ער יאָרן, זײַנען זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי דער גרעסטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאָרום פֿון ייִדישע לימודים אין מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט, און הגם ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אויף דעם געהעריקן אַקאַדעמישן ניוואָ, דינען די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווי אַ וויכטיקער סטימול צו דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם אַקאַדעמישן געביט, וואָס איז געווען פּראַקטיש פֿאַרווערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט.

חורבן, ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

אַוודאי וועט פֿון דערמאָנען אַזוינע געשיכטעס קיין געזונט נישט צוקומען. אָבער מיר, ייִדן, טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן און ווי מיר זאָלן ניט ליב האָבן און וועלן שאַנעווען אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, האָבן מיר ניט קיין רעכט פֿון זיי עס אויסצובאַהאַלטן. דאָס ניט געדענקען קען זיך פֿאַר אונדז אויסלאָזן געפֿערלעכער.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(ערשטער טייל)

איך בין ניט דער ערשטער, וואָס האָט עס הײַיאָר באַמערקט, דהײַנו: ווי שטיל מען פּראַוועט (אויב מע פּראַוועט בכלל) דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. אויב איך בין זיך ניט טועה, זײַנען ניט אַרויס קיין ממשותדיקע פּובליקאַציעס פֿון — אָדער וועגן — דעם ייִדישן קלאַסיקער. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז אין ישׂראל איז עפּעס געזאָגט און געשריבן געוואָרן, דער עיקר, אין דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ, בעת די העברעיִשע קוואַלן האָבן ווייניק באַמערקט דעם יוביליי.