- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער". די מוזיק־שול פֿון "בוכמאַן־מעטאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004. זינט דעמאָלט, האָט דער אַנשטאַלט דורכגעפֿירט נישט ווייניק אויפֿטוען, וואָס זײַנען ווערט מ'זאָל זיי באַצייכענען. מיר האָט דווקא דערוועקט צו שרײַבן וועגן דער מוזיק־שול קאָנצערט. אַ קאָנצערט? דאָס איז דאָך טאַקע דאָס ממשותדיקע פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע, דאָס איז דאָך איר צוועק און דער תּכלית פֿון איר עקזיסטענץ, איז וווּ שטעקט דאָ דער וווּנדער? אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן. משה לעמסטער "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 — 2007"; ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, תּל־אָבֿיבֿ תשס״ח/2008, אילוסטראַציעס פֿון עדואַרד גראָסמאַן אויפֿן האַרטן טאָוול פֿון משה לעמסטערס נײַ בוך "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982—2007" זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט אין אַ כּמעט סורעאַליסטישן אימאַזש — אַ האָן שטייט אויף זײַן אַקסל און קרייעט, בשעת דער דיכטער, די הענט פֿאַרלייגט, קוקט צום לייענער, עלעהיי דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע פּאָזע. פֿאַרברעכן אָן שטראָף הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה. (דער ייִנגסטער פֿון די דרײַ באַרימטע ברידער פֿון טריסק) מיט צוויי חדשים צוריק, דעם 4טן דעצעמבער 2008, איז אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער דיכטער און לערער מאַטעס אָליצקי ז"ל. מיט זײַן פּטירה האָט אונדזער ייִדיש־מחנה פֿאַרלוירן איינעם פֿון די לעצטע ייִדישע פּעדאַגאָגן פֿון פֿאַרן חורבן, און אַן אייגנאַרטיקן דיכטער, אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין. אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום. מיט אַ צײַט צוריק איז אין פּאַריז אַוועק פֿון דער וועלט דער ייִדישער קינסטלער יעקבֿ מאַרקעל — אַ מײַסטער פֿון פּאָרטרעטן, פּייסאַזשן און שטיללעבנס. לאָמיר, לשם הספּד, וועגן אים און זײַן קונסט, זאָגן אַ פּאָר ווערטער. עפּעס האָט דער קינסטלער מאַרקעל נישט געהאַלטן פֿון דער הײַנטצײַטיקייט. אַ מהלך ווײַט איז ער געווען פֿון די אַלע “איזמען" פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט. די הײַנטצײַטיקע שיטה אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע באַטראַכט רוסישע ייִדן ניט ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, נאָר ווי אַקטיווע "אַקטיאָרן אין דעם אויפֿקום־פּראָצעס פֿון דער מאָדערנער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", ווי עס דערקערלט די דײַטשישע היסטאָריקערין ווערענאַ דאָרן אין דער הקדמה צו איר נײַעם בוך. איר פֿאָרשונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם אייגנאַרטיקן פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, דעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע עליט דורך אויסשולן ראַבינערס פֿון אַ נײַעם שניט. די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע. (אַ בינטל זכרונות וועגן אַ מערקווירדיקן קינסטלער, פּאָעט) אין דעם נעקראָלאָג, וואָס איז דערשינען אין אונדזער "פֿאָרווערטס", דעם 19טן דעצעמבער 2008 האָט זײַן אַלמנה דאָריס און איר משפּחה, געלאָזט אונדז וויסן, אַז מאַרטין סמאָל (מאָטל שמולעוויטש) ז"ל "אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, קינסטלער און פּאָעט, איז אַוועק אין דער אייביקייט". די דאָזיקע טרויער־מעלדונג האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿיל צער און טרויער. ער איז געווען פֿאַר מיר אַ נאָענטער חבֿר און פֿרײַנד. איך בין זיכער, אַז דאָס זעלבע האָט גורם געווען בײַ די אַלע, וועלכע זענען געווען באַקאַנט און באַפֿרײַנדט מיט אים. דער טיטל פֿונעם זאַמלבוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר מרדכּי אַלטשולער, דעם פֿאָטער פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שטודיעס אין ישׂראל, כאַפּט אויף דעם סאַמע עצם פֿון דער דרײַ־שטופֿיקער קאָנצעפּציע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָט לאַנגע יאָרן געהערשט אין דער מערבֿדיקער וויסנשאַפֿט׃ פֿון רעוואָלוציע צו רעפּרעסיעס אין ווײַטער צום אויפֿלעב. |