מוזיק, געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דמיטרי (רעכטס) און דניאל פּאָקראַס

לעצטנס האָט מײַן אויפֿמערקזאַמקייט דערוועקט אַ מעלדונג פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון מאָסקווע — מען האָט אַנאָנסירט אַן אוידיציע "אין ריטם פֿון מאַרש. אַ פּאָעמע וועגן די ברידער פּאָקראַס". איך האָב זיך גלײַך דערמאָנט די באַוווּסטע און באַליבטע לידער פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן דמיטרי און דניאל פּאָקראַס, און איצט, צוקוקנדיק זיך צו דער אוידיציע, זיך דערוווּסט אַ סך פּרטים וועגן זיי.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "באַרג ייִדן"

טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן.

טעאַטער
גימפּל תּם (אָדם שאַפּיראָ)

— ס‘איז קיין גאָט אויך נישטאָ
— וואָס זשע, זאָג איך, איז יאָ דאָ?
— אַ טיפֿע בלאָטע

אין יצחק באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם", וואָס איז אַרויס אין אַ זאַמלונג אין 1957, האָט דער מחבר אַרויסגעבראַכט דאָס שלימזלדיקע לעבן פֿונעם העלד און זײַן באַציִונג צו דער וועלט, צום לעבן און צום גורל פֿונעם מענטשן.

קונסט
יוסף אָסטראָווסקי

ווייניק ווער וועט הײַנט פֿאַרחידושט ווערן פֿון דעם, וואָס אין אַ סינאַגאָגע קאָן דורכגעפֿירט ווערן אַן אויסשטעלונג פֿון אַ ייִדישן מאָלער. די סינאַגאָגעס, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין אַמעריקע, "דזשויִש־סענטערס", זײַנען אויפֿגעהערט געוואָרן צו זײַן בלויז גײַסטלעכע ערטער, וווּ מע דאַוונט נאָר. אין אַ סך שילן פֿון ניו־יאָרק קומען פֿאָר געזעלשאַפֿטלעכע אַסיפֿות, קאָנצערטן און צו מאָל — אויך קינסטלערישע אויסשטעלונגען. אַזוי, למשל,

ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קרן צור —

דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה;

ליטעראַטור

עלי שעכטמאַן (1908—1996)

עלי שעכטמאַן איז איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1908 אין פּאָלעסיער שטעטל וואָסקאָוויטשי, זשיטאָמירער געגנט. געווען איז ער דאָס אַכטע קינד אין אַ גרויסער משפּחה און פֿון קינדווײַז אָן געלעבט אין נויט. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג, האָט עלי אָנגעהויבן שרײַבן לידער, ווען ער איז נאָך קיין צוועלף יאָר ניט אַלט געווען. אין 1929—1933 איז ער געווען אַ סטודענט אויפֿן ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.

מוזיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ אינעם

אין יאָר 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, גראַדואַנטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע — יוסף אַחרון, מיכאל גנעסין, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי, משה מילנער און אַנדערע, וואָס אַלע האָט זיי פֿאַראייניקט דער גרויסער אינטערעס צו דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, געגרינדעט אין פּעטערבורג "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען צו זאַמלען, פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ליד, חזנות און צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי עס אויסנוצן אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק.

פּובליציסטיק, קינאָ
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר, מינץ (רעכטס), און דער נײַ־געקומענער עולה, לאָלעק, אין אַ סצענע פֿונעם פֿילם

אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה".

בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד:

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס בערנשטיין,

ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה אויפֿגעפֿלאַקערט אַ וויכּוח וועגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער קולטור. די אַנטיסעמיטן, צווישן זיי דער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, האָבן לאַנג געטענהט, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און קאָנען בלויז נאָכמאַכן, פֿאַרטײַטשן און פֿאַרשפּרייטן די "עכטע" קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנדערע פֿעלקער. אַ סך ייִדן זײַנען מסכּים געווען מיט אַזאַ מיינונג, אָבער ניט מיטן פּסק־דין.

קונסט
מאַרק שאַגאַל, “אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער

דעם זונטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, האָט זיך געעפֿנט אַ זעלטענע אויסשטעלונג אינעם "ייִדישן מוזיי" (Jewish Museum) אין ניו־יאָרק — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטרוסלאַנד, 1919—1949". די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן מער ווי 200 חפֿצים — מאָלערײַען, צייכענונגען, אַפֿישן, פּראָגראַמען, קאָסטיומען־עסקיזן — ס‘רובֿ האָט מען קיין מאָל נישט געזען פֿריִער אין אַמעריקע. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, סוזאַן טומאַרקין־גודמאַן, פֿונעם "ייִדישן מוזיי", האָט צוזאַמענגעבראַכט די אָביעקטן פֿון די אַרכיוון און פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.