- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַליסאַ קויִנט האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. זי וווינט אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, און שרײַבט פֿאַר פֿאַרשידענע ענגליש־ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי פֿאַרן ענגלישן Forward. די היסטאָריקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן צומאָל צרות מיט אָפּשאַצן דעם עסטעטישן ווערט פֿון ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען באַליבט בײַ דעם ייִדישן עולם, אָבער פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין אונדזערע הײַנטיקע טעג. דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויסגעבראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָלערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוסטרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען.
דערקענען איז אויך אַ וועלט
אין אַ טאָג, אַ האַלב־גרויען, האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿרימאָרגן־שפּאַציר, בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן — די זון האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט און די גרויקייט פֿון טאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספּעציעלע שטימונג, אַ שטימונג פֿון נאָכטראַכטונגען, דערמאָנונגען, פֿראַגן אָן ענטפֿערס. קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ. אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן. 90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש. אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן. יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס. עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צונויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנטאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשעפּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנטוויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות. אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" האָט י. וואַרשאַווסקי (אונטער דעם פּסעוודאָנים האָט יצחק באַשעוויס געשריבן זײַנע אַרטיקלען), אַנאַליזירנדיק דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿאַראויסגעזאָגט אים אַ ביטערן סוף. די הויפּט־סיבה דערפֿון האָט דער מחבר געזען אין דעם, וואָס דער ייִנגערער דור רעדט הײַנט נישט קיין ייִדיש, און אַז מע רעדט נישט די שפּראַך, וועלן די דיאַלאָגן פֿון דער בינע קלינגען פֿאַלש, נישט נאַטירלעך. פֿאַר אַמעריקע, האָט ער באַטאָנט, איז נאַטירלעכער צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. די לעצטע פּאָר יאָר האָבן מיר געוווּסט, אַז ברוס אַדלער לײַדט פֿון אַן אומהיילבאַרער חולאַת און מיט יעדן יאָר האָט ער אויסגעזען ווי אַ שאָטן פֿון יענעם לעבעדיקן, לוסטיקן אַקטיאָר, וועלכער איז נישט נאָר געווען אַ פֿאַרווײַלער, נאָר ממש אַן אויפֿברויז פֿון אַ פֿילפֿאַכיקן טאַלאַנט, מיט זײַן זינגען און טאַנצן. ער האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם צושויער, וואָס איז אַרויס פֿון טעאַטער זינגענדיק און טאַנצנדיק, און דער עיקר — גוט־געשטימט. ער אַליין איז געווען אַ גוטמוטיקער, ליבער און איידעלער מענטש, אַ צוגעלאָזטער, גוט־ברודעריש און אַ נאַשבראַט. דער אָדעסער דיכטער באָריס כערסאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קולטורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט. |