- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עפּיזאָדן פֿון ייִדישן טעאַטער ווי איר ווייסט פֿון מײַנע שרײַבעכצער, האָב איך שטאַרק ליב ייִדיש טעאַטער. בײַ מיר ברעכן זיך די שענק מיט אַלערליי ייִדישע פּיעסעס וואָס אייניקע האָט מען אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. אַנדערע וואַרטן נאָך אויף משיחס צײַטן. איך האָף נאָר אַז עס זאָל נישט זײַן צו שפּעט. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שאַפֿעס וואָס ברעכן זיך מיט עפּיזאָדן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט זייערע גרויסאַרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן מיט פֿאַרנעם, דראַמאַטורגן און קינסטלער. דער מצבֿ פֿון אַ קינסטלער אין דער ייִדישער מדינה איז ניט קיין פֿריילעכער, און בפֿרט ווען דער דאָזיקער קינסטלער איז אַ רוסישער עולה. דאָס רובֿ רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם הייליקן לאַנד מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק, בלײַבן ווייניק באַקאַנט אי אין ישׂראל אי חוץ־לארץ. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינען זיך דווקא די קינסטלער, וועלכע ווילן ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון דער רוסיש-ייִדישער קונסט ווי זי האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דזשערעמי דאַובער האָט שטודירט ייִדישע ליטעראַטור אין האַרוואַרד-אוניווערסיטעט און באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט אין ניו-יאָרק. זײַן ערשט בוך, “אַנטאָניאָס שדים׃ מחברים פֿון דער השׂכּלה און דאָס געבורט פֿון מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור", באַהאַנדלט דעם באַנוץ פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים אין דער ייִדישער און העברעיִשער השׂכּלה-ליטעראַטור. מיט דונערן און בליצן האָט געקלאָגט דער הימל, יענעם טאָג פֿון 20סטן מאַרץ, ווען דער גוססדיקער לודוויג וואַן בעטהאָווען האָט אויפֿגעהערט אָטעמען — און ער איז אַוועק אין דער אייביקייט. צו די הונדערט און אַכציק יאָר נאָך זײַן פּטירה ווילט זיך דערמאָנען, אַז דער־אָ ריז פֿון מוזיק האָט פֿאַרמאָגט אַ שפּאָרן קרײַז פֿון ייִדישע פֿרײַנד און ייִדישע אונטערשטיצער. וועגן דעם ענין דערקלערט דער בעטהאָווען־פֿאָרשער ראָמען ראָלאַן אָט וואָס: “וווּ מען זאָל זיך נישט אַ קער טאָן אין בעטהאָווענס לעבן געפֿינט מען נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן, און ס׳באַמערקט זיך תּמיד, אַז ער האָט די ייִדישע פֿרײַנד זײַנע אַ סך צו פֿאַרדאַנקען... בעטהאָווען שרײַבט אין אַ בריוו צו אַ ידיד (1816): "איך בין אַ פֿרײַנד פֿון גאַנצן מענטשן־מין". במשך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָט מען אין פּעטערבורג זיך גענומען צו די רײַכע אוצרות פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און וואָלין, 1912 — 1914. אין די 1990ער און אין די לעצטע יאָרן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אויסשטעלונגען, צוזאַמענגעשטעלט קאַטאַלאָגן פֿון די זאַמלונגען, און מע רעדט אויך וועגן גרינדן אַן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מע זאָל קענען אויסשטעלן אַ סך פֿון אַנ־סקיס מאַטעריאַלן. ס. פּ. זוויאַגין, "די פּאַטושינסקיס׃ דאָס ייִדנטום פֿון מיזרח־סיביר אונטער די באַדינגונגען פֿון סאָציאַלע איבערקערענישן אין ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט", קראַסנאָיאַרסק, 2007. "ייִדן אין סיביר און אויף ווײַטן מיזרח׃ געשיכטע און הײַנטצײַטיקייט", מאַטעריאַלן פֿון דער אַכטער וויסנשאַפֿטלעכער פּראַקטישער קאָנפֿערענץ. קראַסנאָיאַרסק, 2007. דער פֿילם הייסט "מײַן טאַטע — מײַן גאָט" (My Father My Lord) מיט אַסי דיין אין דער הויפּט־ראָלע. ס'האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז מיר האָבן געקענט נאָענט אַסין ווען מיר האָבן געלעבט אין מדינת־ישׂראל. דאָרט האָט זיך מײַן מענדל פֿאַרנומען נישט נאָר מיט וואָלונטיר־אַרבעט אין משׂרד־החינוך (די אָפּטיילונג פֿאַר דערציִונג), געטאָן קאָמפּיוטער־ און סטאַטיסטישע אַרבעט פֿאַר זיי, נאָר ער האָט אויך געמאַכט דרײַ פֿילמען אין ישׂראל מיט אַסין. דיינס זון איז דעמאָלט געווען אַ שיינער, יונגער־מאַן אין די פֿריִע דרײַסיקער. כ‘האָב קלאָר דערפֿילט, ווי מײַן שטערן און דערנאָך די נאָז, די באַקן האָבן אָנגעהויבן שטעכן מילי־מיליאַסן פּיצינקע נאָדלען; מײַן נײַגעריש־פֿאַרחידושטער בליק האָט נאָך אָנגעטאַפּט דעם אַרום — דאָס פֿולבלעכע פּנים פֿונעם דאָקטער־אַנעסטעזיאָלאָג, אַ בלויען ווינקל פֿון דער שאַפֿע הינטער זײַנעם אַן אַקסל — זיך געטשעפּעט פֿאַר דעם דין־געלן גומענעם רערל, וואָס האָט זיך, ווי אַ זײַטיקער, פֿרעמדער אָדער אַראָפּגעשלענגלט פֿון דער איבערגעקערטער פּלאַסטיק־כּלי, איך קאָן נישט געדענקען גענוי ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן בײַ אונדז דער פֿוראָר פֿון די ייִדיש זינגענדיקע אָוונטן. אָבער ווען זיי האָבן זיך אָנגעהויבן איז שׂרהלע פֿעלדמאַן שוין פֿון לאַנג דאָרט געווען. דעם אמת געזאָגט, געפֿינט זי זיך שוין אויף דער בינע זינט זי איז נײַן יאָר אַלט געווען, דעמאָלט האָט זי אַנטפּלעקט דער אַמאָליקער באַוווּסטער בינע־קינסטלער בן־ציון וויטלער. זי איז געווען אַ וווּנדערקינד, נישטאָ וואָס צו רעדן! דער באַנײַטער זשורנאַל "צוקונפֿט", רעדאַגירט פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, האָט שוין באַקומען אַ פֿעסטן פֿאָרמאַט, וואָס שפּיגלט אָפּ די אידעיִשע און קולטורעלע אײַנשטעלונגען פֿון דער רעדאַקציע. יעדער נומער עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט איינעם פֿון די חשובֿע ייִדישע קולטור־טוער, געבוירן אין אַמעריקע און האָט געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש. דאָס מאָל טרעפֿט מען זיך אויף די זײַטן פֿון דער צײַטשריפֿט מיט חנה מלאָטעק. לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מענטשן וואָס פּראָדוצירט, זעצט איבער און איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון "נפֿש־טעאַטער" אין ישׂראל. ער אַליין איז אַ קאַנאַדער, געבוירן אין וויניפּעג און שטעלט צונויף פֿאָרשטעלונגען אין העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. ער הייסט האַואַרד ריפּ, און זינט 1983 וווינט ער אין ישׂראל וווּ ער שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דעם 6טן סעפּטעמבער פֿון 1848 איז אין לעמבערג פּלוצעם געשטאָרבן דער באַקאַנטער ליבעראַלער ראַבינער אַבֿרהם כהן (קאָן). די עסטרײַכישע פּאָליציי האָט גלײַך חושד געווען אַ מאָרד און געכאַפּט עטלעכע פֿרומע ייִדן. מען האָט גיך פֿעסטגעשטעלט, אַז איינער אָּבֿרהם בער פּילפּעל האָט זיך אַ ווײַלע געדרייט אין דער קיך פֿון כּהנס דירה, בעת די קעכין האָט געקאָכט דאָס מיטיק־עסן. מען איז געווען זיכער, אַז פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן אַרסעניק אינעם טעפּל מיט זופּ, וואָס האָט אָפּגעסמט די גאַנצע משפּחה. |