- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. אַמאָליקע אַריסטאָקראַטן און אַדל־לײַט פֿון אייראָפּע פֿלעגן זאַמלען אָביעקטן פֿון דער נאַטור; זאַכן, וועלכע, אָפֿט מאָל, האָט מען זיי ערשט געפֿונען אין "דער נײַער וועלט" און מען איז נישט געווען זיכער אַפֿילו, וואָס זיי זענען. די קוריאָזן האָט מען אויסגעשטעלט פֿאַר געסט, דיפּלאָמאַטן, אָדער אַנדערע מענטשן מיט אַ דעה, כּדי צו מאַכן אויף זיי אַ רושם מיט זייער וויסן און מאַכט. אויף דײַטש האָט מען אַזאַ זאַמלונג אָנגערופֿן אַ וווּנדער־קאַמער, מיינענדיק אַ גאַנצע שטוב, אָנגעפֿילט מיט די קוריאָזן־חפֿצים. אין אַנדערע ערטער האָט מען זיי אויסגעשטעלט אין אַ שאַפֿקע, און די זאַמלונג אָנגערופֿן — "אַ שאַפֿקע פֿון קוריאָזן". מיט אַ צוויי וואָכן צוריק האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון “אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע שטודיעס" אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ מען האָט מודיע געווען אַז עמוס עוז, דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער און עגנון־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, וועט האַלטן אַ סעריע פֿון דרײַ רעפֿעראַטן. נעכטן, נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט, האָב איך זיך צונויפֿגענומען און אַוועק אין דער זשורנאַליסטישער אָפּטיילונג פֿון קאַמפּוס, צו זײַן 55סטער יאָרצײַט איך האָב זיך יאָרנלאַנג געקליבן איבערצולייענען שמ״רס "גלות-מאָסקווע: אַ ראָמאַן פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן". אָבער וווּ נעמט מען צײַט און געדולד אויף אַריבער 1,600 זײַטלעך, דערצו פֿון אַ געדיכטן טעקסט? דעם זומער, אָבער, האָב איך די צוויי בענד גענומען אין אַ רײַזע און האָב, סוף-כּל-סוף, אַרײַנגעשלונגען — און טיילווײַז פּשוט דורכגעמישט — דעם ראָמאַן. דאָס איז געווען די ניו-יאָרקער אויסגאַבע פֿון יאָר 1928, וואָס איז בלי-ספֿק ניט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם מאָנומענטאַלן ווערק. וואָס לוינט זיך דאָ צו רעדן און צו ברײַען לאַנגע מעשׂיות. געזען אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צײַטונג אַן אַנאָנס, אַז מ'שפּילט אין "קוואַרד־קינאָ" אין ווילעדזש, אַ פֿילם, וואָס האָט אין זיך אַ ייִדיש וואָרט. בין איך אַוועק זען וואָס די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָ פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. ווײַזט זיך אַרויס אַז ס'איז יאָ עפּעס אַ ייִדישער פֿילם, כאָטש ס'לשון איז שפּאַניש מיט אַ טראָפּ ייִדיש אויף צו פֿאַרבײַסן. דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך אָנגעהויבן דער 13טער אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ מיט אַ גרויסן קאָנצערט אין אַמפֿיטעאַטער "פֿון אורדל ביילס פּאַרק" אין צפֿון־טייל פֿון שטאָט. פֿון דאָרטן איז דער פֿעסטיוואַל אַריבער אין האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער בײַ דעם ברעג פֿון דער אָנטעריאָ־אָזערע, וווּ עס זײַנען אָנגעגאַנגען כּסדרדיקע קאָנצערטן און אויפֿטריטן פֿון זינגער און פֿאַרווײַלער פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, ישׂראל און אַרגענטינע און נאָך, ביז מאָנטיק, דעם ערשטן סעפּטעמבער, שפּעט אין אָוונט, ווען דער פֿעסטיוואַל האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ גרויסן פֿינאַל־קאָנצערט. איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע, ווי אויך עקצענטרישסטע, אַמעריקאַנער דענקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען ר. באָקמינסטער פֿולער (1895 — 1983). ער איז געווען אַן אַרכיטעקט, אַ פֿילאָסאָף, אַ פּאָעט, אַן אויסגעפֿינער און צווישן די ערשטע שטיצער פֿון אַלטערנאַטיווע מקורים פֿון ענערגיע. פֿולער האָט אויסגעטראַכט דעם "געאָדעזישן קופּאָל", וואָס מע האָט געניצט איבער דער וועלט צו בויען הײַזער און אַנדערע סטרוקטורן. בעסאַראַביע טיילט זיך אויס צווישן אַלע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט בלויז מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, געשמאַקע מאכלים און מילדן קלימאַט, נאָר אויך מיט דער אייגנאַרטיקער שעפֿערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. בלויז אין בעסאַראַביע געפֿינט מען אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך עלעמענטן פֿון דער מאָלדאַווישער און אוקראַיִנישער פֿאָקלס־קונסט און זיי "פֿאַרייִדישט" אויף אַן אָרגאַנישן אופֿן. די בילדער־אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ירושלים — אַריבער פֿופֿציק ווערק פֿון באַרימטע מײַסטער — איז געווען אַ קולטור־מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַ פּרעצעדענטלאָזן כאַראַקטער. לאַנגע חדשים האָט די אויסשטעלונג געצויגן מאַסן באַזוכער. שוין דער פֿראַגע־צייכן אַליין — "וועמען געהערן די בילדער?" — האָט דעם עולם אינטריגירט און אים געבראַכט צו אַ באַזוך: מען האָט געזוכט אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע. די "גילדענער תּקופֿה" פֿונעם שפּאַנישן ייִדנטום פֿאַרמאָגט, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַזונדערן חן אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. די דײַטשישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם "ספֿרדישן מיטאָס", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם שפּאַנישן ייִדנטום ווי אַ היפּוך צו אַשכּנז׃ איידל, שטאָלץ, באַהאַוונט אין ייִדישער און גוייִשער חכמה. די הײַנטיקע ייִדישע ליבעראַלן רעדן וועגן "קאָנוויווענציע" — דעם האַרמאָנישן צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אויף דעם איבערישן האַלב־אינדזל, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן גירוש־ספֿרד אין 1492. מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט. |