ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַר­עפֿנט­לעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָ­נאָ­מיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווי­דינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליט­וואַ­קישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווי­דינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לינאָר גאָראַליק

אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגע­צייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דער­פֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין.

מוזיק
פֿון לעאָניד שקאָלניק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נעמי שמר

לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר...

"די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט.

אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די זינגערין יעל כּהן

דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכ­פּער­דיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטו­רעלע אונ­טער­נעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנ­צערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי.

דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנ­געזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציא­ָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940).

ייִדיש־וועלט, מוזיק, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָר­סאַ­קאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנ­סער­וואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח.

מוזיק
די גרופּע The Ark (דער תּבֿה), בײַם שפּיץ־קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס"

יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט.

במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזי­מיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדלי­קער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנ­צערטן.

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אומבאַקאַנט, ש״י עגנון, פּרץ הירשביין, חיים־נחמן ביאַליק, מאַניע ביאַליק, תּל־אָבֿיבֿ, 1927

(עטלעכע זכרונות און מחשבֿות צו זײַן 74סטער יאָרצײַט)

איך געדענק עס זייער גוט, עס איז נאָך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַ הייסן זומער־טאָג, כ״א תּמוז, תרצ״ד — 1934, בין איך געפֿאָרן באַזוכן מײַנע חבֿרים אין דעם באַוואַלדיקטן שטעטל נאָוואָיעלניע, ניט ווײַט פֿון מײַן היים־שטעטל, וווּ עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער זומער־לאַגער פֿון דער יוגנט־גרופּע פֿון שומר־הצעיר. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען באַקאַנט ווי אַ קילע זומער־דאַטשע, וואָס האָט צוגעצויגן יוגנ און אַלט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אַרום און פֿון די גרעסערע שטעט, ווי סלאָנים, נאַוואַ­רעדאָק (נאָוואָגרודאַק), באַראַנאָוויטש א"אַ.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.

די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנט­פּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעג­לע­כע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַ­מע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַ­ראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון לי­טעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועל­כע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבער­זעצונגען און טעאַטער־אַר­בעט.

קונסט
קאַרשן (1980)

געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער.

פּובליציסטיק, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס טאָ­מאַשעווסקי

הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריס­דיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדי­שע וואָדעוויל־הײַזער.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמ­פּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט".

דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די פּיאָנערישע רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן:  "ראַזסוועט" (אויבן) און "וואָסכאָד"

בתיה וואַלדמאַן. רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטיק (1860 — 1914): ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. ריגע, 2008. [אויף רוסיש]


די ייִדישע פּרעסע אויף דער רוסישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן און האָט געבליט ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר גאָלדענע תּקופֿה פֿאַלט אויף דער צײַט פֿון פּאָגראָמען און עמיג­ראַ­ציע, ווען די אַסימילירטע אינטעליגענץ האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט איר באַציִונג צו דעם אייגענעם פֿאָלק.