- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז דאָס זײַן אַ פֿרומער ייִד נישט געווען אַ זאַך, מיט וועלכער מע האָט עפֿנטלעך שטאָלצירט. די נטיה איז דעמאָלט געווען זיך צו אַמעריקאַניזירן, נישט אויסצוזען אַנדערש ווי די שכנים, מיט־תּלמידים און מיטאַרבעטער. הײַנט, בפֿרט אין די גרעסערע שטעט פֿון אַמעריקע, זעט מען אומעטום דאָקטוירים און באַנקירן מיט יאַרמלקעס; שׂימחת־תּורה טאַנצן צענדליקער, און אַפֿילו הונדערטער ייִדן מיט דער תּורה אין די גאַסן לעבן דער שיל. מ׳איז שטאָלץ צו זײַן אַ פֿרומער ייִד. איך געדענק נאָך, פֿון קינדווײַז אָן, ווי שטאָלץ מיר זענען געווען, ווען מען האָט אונדז דערציילט אַז "מיט ייִדיש קען מען אויספֿאָרן די וועלט!" הײַנט איז דאָס שוין, ליידער, ניט אַזוי. אָבער עבֿרית האָט גאָר לעצטנס צובאַקומען אַ שטיקל נײַע פֿונקציע: די פֿונקציע פֿון זײַן אַן אַלץ אָפֿטערע "לינגוואַ פֿראַנקאַ" בײַ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן פֿון מומחים אויפֿן שטח פֿון ייִדישע לימודים. וואָס איז דאָס אַזוינס, אייגנטלעך, אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַַ", און צי "איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן" צי ניט? איך בין זיכער, אַז איר געדענקט די אַלטע חכמה פֿון מאַרקסיסטישן שוואַרצן הומאָר — וועגן דעם געשפּענסט פֿון קאָמוניזם, וואָס האָט פֿאַרבלאָנדזשעט אין אייראָפּע. אין דער אמתן, האָט דאָס דאָזיקע געשפּענסט שפּעטער געבלאָנדזשעט אומעטום, אין אַלערליי ווינקלען פֿון דער וועלט. ווי אַלע האָבן באַמערקט, איז אַפֿילו די לעצטע רעדע פֿון אָסאַמאַ בין-לאַדען געווען אָנגעזעטיקט מיט מאַרקסיסטיש-לעניניסטישער טערמינאָלאָגיע מכּוח דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם און זײַנע חטאָים. איך רעד שוין ניט וועגן די ווערטער פֿון דעם איראַנער פּרעזידענט, וואָס קלינגען גלײַך ווי ער האָט זיך געלערנט אין אַ קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט. מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון וווּנדיירים און אויסער ווי געוויינטלעכע אײַנפֿאַלן און דערפֿינדונגען. גאָט צו דאַנקען פֿאַר די אײַנפֿאַלן און אינאָוואַציעס. דער עיקר, אין מעדיצין, ווײַל אויב אַ יחיד פֿאַלט אַרײַן אין טעגלעכן, מאָנאָטאָנעם גאַנג פֿון לעבן אָדער פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאַרמישפּט צו סטאַגנאַציע און חלאַתן. דאָס איז חל אויף אַלע פּראָפֿעסיעס און אונטערנעמונגען. יעדער מענטש מוז בײַטראָגן עפּעס, וואָס איז ביז אים נישט אַנטדעקט געוואָרן. דער אַנטי־העלד פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז בלי־ספֿק געווען דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד. זײַן נאָמען און צורה האָט אַרויסגעקוקט פֿון אַלע מעדיאַ־פּובליקאַציעס; וועגן אים האָבן גערעדט אַלע טעלע־ און ראַדיאָ־סטאַנציעס — אַ קלייניקייט, דער "טײַוול" פֿון 21סטן יאָרהונדערט איז געקומען האַלטן אַ דרשה אין דער "יו־ען". מיר האָבן דאָ נישט בדעה צו קאָמענטירן זײַנע רייד; צו דעם וואָס ער האָט געטענהט ביז אַהער, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט קיין נײַע געדאַנקען נישט צוגעגעבן. אייגנטלעך, דעם 6סטן אָקטאָבער, מיט 34 יאָר צוריק, איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה. אין דער זעלבער דאַטע, דעם 6טן אָקטאָבער, מיט 26 יאָר צוריק, איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַנוואַר סאַדאַט, דערמאָרדעט געוואָרן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן זיך — אין אויגוסט 1967 — צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און באַשלאָסן זייערע דרײַ "ניין": "ניין!" — צו אַ שלום מיט ישׂראל; "ניין!" — צו אָנערקענען ישׂראל, און "ניין!" — צו אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל. דעם 30סטן סעפּטעמבער וועט מען שטימען אין אוקראַיִנע, וווּ אַ נײַער פּאַרלאַמענט (ראַדע) וועט אפֿשר אַרויספֿירן דאָס לאַנד פֿון אַ פּאָליטישן טעמפּן ווינקל. עס קעמפֿן איצט פֿאַרשיידענע פּאַרטייען פֿאַר אַ באטײַטיקער ראָלע אין דעם ווײַטערדיקן פּאָליטישן לעבן פֿונעם לאַנד. די הויפּט-פּאַרטייען זײַנען דרײַ: די גרעסטע שטיצע (אַזוי ווײַזן, לכל-הפּחות, די אויספֿרעגן) האָט די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", בראָש מיטן איצטיקן פּרעמיער-מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, אַ ביסל ווייניקער חסידים האָט דער בלאָק פֿון יוליאַ טימאָשענקאָ, און נאָך ווייניקער — די פּאַרטיי "אונדזער אוקראַיִנע" פֿון דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. איך האָב הײַנט באַשלאָסן נישט צו האַלטן דעם דריטן קורס מײַנעם און כ׳בין אַרויס אויפֿן קאַמפּוס צו זען און הערן, לייענען די פּלאַקאַטן און צונויפֿמישן זיך מיט די טויזנטער סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געזאַמלט דורך די טויערן פֿון בראָדוויי און אַמסטערדאַם עוועניו. יעדער אַרײַנגאַנג איז געווען אַרומגערינגלט מיט פּאָליציי, זיכערהייט־אַגענטן און הויך אין הימל האָבן אַרומגעקרײַזט העליקאָפּטערס און אָנגעמאַכט אַ רעש. די פּראָטעסטן און פּלאַקאַטן האָבן פֿאַרשווענקט דעם קאַמפּוס; צווישן זיי: פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אויפֿן קאַמפּוס, די איראַנער סטודענטן און אַנטי־בוש פּאַמפֿלעטן. דער פֿאַראַיאָריקער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט (1906—1975) איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ באַשיידענער סעריע פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן, ס׳רובֿ אין אייראָפּע. אַ סבֿרה, אַז די השפּעה פֿון איר גענדאַנקענגאַנג ווערט שוואַכער מיט דער צײַט, כאָטש אירע ביכער און אַרטיקלען וועלן נאָך לאַנג בלײַבן אויף די לייען־רשימות פֿון לערנקורסן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פּאָליטיק. דער פֿאַל פֿונעם ברייטן עפֿנטלעכן אינטערעס אין דער אינטעלעקטועלער ירושה פֿון חנה אַרענדט און אירע מיטצײַטלער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט איז, די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז חבֿר קאַץ באַערט געוואָרן דורך דעם עפֿנטלעכן קונסט-פּריאָעקט "Place Matters", געגרינדעט דורך דער ניו־יאָרקער קולטור-אָרגאַניזאַציע "City Lore" און דער "מוניציפּאַלער קונסט-געזעלשאַפֿט", וואָס שטרעבט צו פֿאַראייביקן די קולטורל־ירושה פֿון דער שטאָט. וועגן דער וויכטיקער געשעעניש דערציילט אין "ניו-יאָרק טײַמס" איר קאָרעספּאָנדענט גרעגאָרי בײַער. אלעזר קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אינעם יאָר 1936; בעת דעם חורבן, האָט זיך אים מיט זײַן מוטער אײַנגעגעבן צו ווערן אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויף אַ פֿאַרם הינטער דער שטאָט, וווּ ער האָט געלעבט מיט אַ קריסטלעכער משפּחה, ווי זייערס אַן אייניקל. סוף סעפּטעמבער דאַרף פֿאָרקומען די זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", אויף וועלכער עס וועט ווידער, שוין דאָס דריטע מאָל, אַרומגערעדט ווערן די טעמע פֿון איראַנער נוקלעאַרע אַמביציעס און ווי אַזוי זיי צו שטילן. די אַמעריקאַנער פּאָזיציע איז ביז אַהער געווען די האַרבסטע, וואָס שייך סאַנקציעס קעגן דער רעגירונג פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. אָנהייב וואָך האָט געמאַכט שאַרפֿע דערקלערונגען דער נײַער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער בערנאַר קושנער. ווען שווײַגן וואָלט געווען אַ פאַך, וואָלט ישׂראל געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און וואָלט געגאַנגען אין אָפּגעריסענע קליידער. אויך דאָס רעדן האָט דער מדינה נישט אַרײַנגעבראַכט קיין גאָלד, אָבער דאָס רעדן איז בײַ די מנהיגים פֿון ישׂראל אַזוי ווי לופֿט צום אָטעמען. איינער פֿון די כאַראַקטער-שטריכן, וואָס ווערן אַרויסגעבראַכט אין דעם ישׂראלדיקן זעלבסט-הומאָר איז דער שפּאַס, אַז ווען עס טרעפֿט אַז אַ סאַברע קושט אַ מיידל, לויפֿט ער גלײַך אַוועק זיך באַרימען פֿאַר זײַנע חבֿרים, און זי אַנטלויפֿט דערווײַל צו דער פּאָליציי און קלאָגט אים אָן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג... |