פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ אונדז ייִדן גלייבט מען אין ל״ו צדיקים, די 36 געטלעכע, מענטשלעכע, הומאַ­ניטאַרע וואַסער־טרעגער, קוימען־קע­רער און סתּם פּשוטע בני־ישׂראל, וואָס גייען איבערן לאַנד און האַלטן אַן אויג אויף יושר און גערעכטיקייט. און אַז דער הימל האָט נישט קיין פֿאַרשטאָפּט אויער, לאָזט ער זיי אויפֿהאַלטן די וועלט. פּונקט ווען איך האָב אויפֿגעהערט צו גלייבן אינעם מין מענטש, צוליב רישעות און געלט־גײַציקייט, האָט זיך אונטערגערוקט אַ גע­שיכטע וואָס האָט איבער­הויפּט גאָרנישט צו טאָן מיט קיין ייִדן, נאָר פֿאַר­קערט, עס האָט צו טאָן מיט אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, ליסאַ און הייט­העם סיילעם, וואָס האָט אין מיר רעס­טאַוורירט דעם גלייבן אין מענטשן

פּובליציסטיק

אין 1993 — אַ צײַט, ווען בלויז די פֿאַר­מעגלעכע האָבן פֿאַרמאָגט מאָבילקעס (צעל־טעלעפֿאָנען) — האָט אַ געשעפֿטסמאַן אָנגע­קלאָגט אין געריכט די טעלעפֿאָן־פֿיר­מע "מאָטאָראָלאַ", טענהנדיק, אַז זײַן פֿרויס מאָבילקע איז שולדיק אין דעם, וואָס בײַ איר האָט זיך אַנטוויקלט אַ מוח־ראַק. דער אָנקלאָג איז שפּעטער אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן, ווײַל מע האָט נישט געפֿונען קיין ראיות דערפֿון.
הײַנט האָט מען שוין אין גאַנצן פֿאַר­געסן אין דעם אָנקלאָג. די מאָבילקעס זענען געוואָרן ממש אַ טייל פֿון אונדזער אָנטועכץ (בײַ געוויסע מענטשן — כּמעט אַן אבֿר).

‫פֿון רעדאַקציע

דער איצטיקער מצבֿ אַרום סיריע און ישׂראל דערמאָנט אַן עפּיזאָד פֿון אַ האָלי­וווּד־פֿילם, וווּ צוויי פּערסאָנאַזשן שטייען איינער אַנט­קעגן דעם אַנדערן, יעדער שטעלט צו זײַן רעוואָלווער צום קאָפּ פֿון זײַן שׂונא און מע וואַרט, בײַ וועמען ס׳וועלן די נערוון נאָכלאָזן פֿריִער. דע­מאָלט וועט ער אָדער אַראָפּלאָזן זײַן רעוואָלווער, אָדער אויסשיסן. גיי אָבער זײַ אַ חכם און טרעף, וואָס דער שׂונא דײַנער האָט בדעה צו טאָן?!

‫אינטערװיוען

אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט.

ד״ר יודזשין אָרענשטיין

ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע?

מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּע­ציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער גע­שיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיס­טער אָדער אַ דאָקטאָראַט.

פּובליציסטיק
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקו­מען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענ­לעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענ­טיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק:

פּובליציסטיק, חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטגלידער פֿון דער "אַרמיאַ־קראַיאָוואַ" (לאַנדס־אַרמיי) אויף אַ פּאַראַד אין וואַרשע אָנהייב אויגוסט 1944.

דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשע­ווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער גע­שיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנ­וווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדער מענטש טראָגט אַחריות פֿאַר זײַנע אייגענע נאַרישקייטן, און איך בין ניט קיין יוצא-מן-הכּלל. צו די נאַרישקייטן מײַנע, וועלכע איך קען ניט פֿאַרגעסן, געהערט אויך אַזאַ: מיט אַריבער צען יאָר צוריק האָב איך בײַם שרײַבן אַ לערנבוך פֿון ייִדיש אַרײַנגעשטעלט אַ טעקסט מיטן וואָרט "איבערניצעווען". איך האָב דעמאָלט ניט געטראַכט, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט וועט מיר ברענגען אַזוי פֿיל קאָפּדרייעניש. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ געוויינטלעך וואָרט — מע קען זאָגן, אַ וואָרט פֿון אַ גאַנץ יאָר.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטגלידער פֿון דער עקספּעדיציע כאַפּן אַ שמועס מיט די מאָלעווער ייִדן נאָכן "מעריבֿ"

די שטאָט מאָהילעוו־פּאָדאָלסק, אויף ייִדיש מאָלעוו, איז מן־הסתּם הײַנט די סאַמע "ייִדישע" שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ מאָל זײַנען די ייִדן געווען דאָרט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעל­קערונג. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געלעבט אין מאָלעוו ביז סוף 1980ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות האָבן זיי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

‫פֿון רעדאַקציע

מיט 70 יאָר צוריק האָט זיך אינעם לאַנד פֿונעם "בליִענדיקן סאָציאַליזם", אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן אָנגעהויבן די מאַסן־הריגה; דעם 5טן אויגוסט, 1937, איז אַרײַן אין קראַפֿט דער באַפֿעל, אונטערגעשריבן פֿון ניקאָלײַ יעזשאָוון, דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אינערלעכע ענינים, "וועגן דער אַקציע פֿון רעפּרעסירן די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, קרימינעלע און אַנדערע אַנטיסאָוועטישע עלעמענטן".

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דעמאָנסטראַציע פֿון די לעבן געבליבענע, זונטיק, אין ירושלים

אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועל­כער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות",

פּאָליטיק
פֿון יוסף לאַכמאַן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טוט מיט מיר וואָס איר ווילט, אָבער דער רוסישער (און ייִדישער, פֿאַרשטייט זיך) קורח באָריס בערעזאָווסקי רופֿט אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. די זאַך איז, אַז מיט בערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד, און זײַן פּלאַפּלערײַ (קיין אַנדער פּאַסיק וואָרט פֿאַר זײַן דרשה, מישטיינס געזאָגט, קען איך ניט אונטערקלײַבן) האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק.

פּובליציסטיק
זינט דעם 11טן סעפּטעמבער איז די אַמעריקאַנער פֿאָן געבליבן אַן אייביקער טייל פֿון אַ צאָל הײַזער.
אויפֿן בילד: אַ טיפּישע גאַס אין צפֿון־ריווערדייל, ניו־יאָרק. (פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מחבר)

איך האָב מיט אינטערעס געלייענט דעם עסיי פֿון מײַן מיטאַרבעטער, ג. יעקבי ("פֿאָרווערטס", דעם 20סטן יולי), וועגן דער פֿאַרשפּרייטער באַערונג פֿון נאַ­ציאָנאַלע ריטואַלן. יעקבי דערציילט, אַז זײַן טאַטע האָט זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון אַלע ריטואַלן, און גיט צו: "אַ סבֿרא, אַז איך האָב עס פֿון אים געירשנט". איך האָב דאָס שוין געהערט פֿון אַ סך באַקאַנטע מײַנע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַר­באַנד.