פּאָליטיק
אין אַפּריל, 2003, האָט מען געראַבעוועט אין די גאַסן פֿון באַגדאַד. די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך צוגעקוקט און נישט אַרײַנגעמישט

ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמע­ריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַ­דאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַר­וווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן;

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Martin Gilbert. Churchill and the Jews. London: Simon & Schuster, 2007.

צווישן אַלע וועלט־פּאָליטיקער פֿונעם ערשטן ראַנג איז ווינסטאָן טשערטשיל געווען מן־הסתּם דער סאַמע פֿרײַנדלעכער צו ייִדן. אָן זײַן שטיצע וואָלט דעם ציו­ניסטישן פּראָיעקט געווען אַ סך שווע­רער צו פֿאַרווירקלעכן. ניט אַזוי בולט איז געווען זײַן סימפּאַטיע צו ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז תּמיד געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון היט­לערס ראַסיסטישער פּאָליטיק, גרייט צו העלפֿן אירע ייִדישע קרבנות;

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון פּערעס מיט אַבא גפֿן און דעם הויפּט־ראַבינער פֿון רומעניע, משה־דוד ראָזען ז״ל, אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט

זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאָליטישע איבערקערענישן. די ערשטע — דעם 17טן מײַ 1977, ווען מנחם בעגין האָט באַזיגט יצחק ראַבינען און דער "ליכּוד" איז דאָס ערשטע מאָל געקומען צו דער מאַכט אָנ­שטאָט דער הערשנדיקער מפּא״י־פּאַרטיי. די צווייטע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי 1992, ווען ראַבין איז געוואָרן ווידער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון יצחק שמירן און האָט געבראַכט צו די אָסלאָ־אָפּמאַכן.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן אַרבעטאָרין נייט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין דער פֿאַבריק

מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַ­לעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-גע­בילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטי­קע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון.

פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונ­גען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מער­הייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסט­לעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך.

‫רעפּאָרטאַזשן
בעת דעם קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס"

דער 17טער ייִדישער קולטור־פֿעס­טיוואַל אין קראָקע, וואָס האָט זיך פֿאַרענ­דיקט פֿאַראַכטאָגן זונטיק, האָט אַרויס­גע­רופֿן אַ זעלטענעם ענטוזיאַזם אין דער פּוילי­שער מעדיאַ, וועלכע האָט באַ­צייכנט די אונ­טערנעמונג ווי "עפּעס אויס­ערגע­וויינט­לעכס" און "אומפֿאַרגעס­לעך". לויט אַ שאַ­צונג פֿון דער פּאָליציי, האָט די הויפּט־אַטראַקציע — אַ דרויסנדיקער 6־שעהדיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער און קלעזמער־מוזיק מיטן נאָמען "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — צוגעצויגן בערך 13,000 מענטשן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז דער קראָקער פֿעסטיוואַל איז הײַנט די סאַמע גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אויף דער וועלט.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אין דובראָווניק

מיר ביידע, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין קראָאַטיע. "פֿע­מי­ניסטיש"-רעדנדיק, איז עס ניט קיין ריכטיקע ליבע — פּונקט ווי ס'איז "ניט ריכטיק" צו האָבן ליב אַ פֿרוי, ווײַל זי איז שיין. מיר געפֿעלט דאָס לאַנד צוליב דער געבענטשטער קאָמבינאַציע פֿון בערג, געוויקסן-וועלט און די צוויי ימען — אַ ים מיט שמאַראַגד-גרינעם, ציכטיקן וואַסער און אַ ים מיט זון, וואָס פֿעלט תּמיד אין ענגלאַנד.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַ­מערקט, אַז אין ירושלים געפֿינען זיך מער ווי 70 מוזעומס. מען קען זיי זען אין אַלע עקן פֿון שטאָט, אין די אַלטע און נײַע קוואַרטאַלן און געגנטן.

זיי זענען פֿול מיט חפֿצים און אָביעקטן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, פֿון די אַלטערטימלעכע, פּרע־היסטאָ­רישע צײַטן, פֿון מיטל־אַלטער, פֿון די לעצטע יאָרהונדערטער.

‫פֿון רעדאַקציע

דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, איז געווען אַ גאַסט בײַם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, אין זײַן היים. אַזאַ גרויסן כּבֿוד האָט נאָך קיין איין פּרעזידענט פֿון קיין לאַנד נישט דערלעבט. וואָס איז? מעגלעך, די צוויי פּרעזידענטן האָבן זיך טאַקע אַזוי פֿאַרחבֿרט, אַז זיי פֿאַרבעטן איינער דעם אַנדערן צו גאַסט. דער אַמעריקאַנער, ווי אַ פֿאַרברענטער פֿישער, פֿאָרט מיט וולאַדימירן כאַפּן פֿיש, און וולאַדימיר,

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marina Benjamin. Last Days in Babylon: The History of a Family, the Collapse of a Nation. New York: Free Press, 2006.

דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל.

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים בײַ אַ דענקמאָל אין כּפֿר גלעדי, מאָנטיק, לזכּרון די צה״ל־סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה אין לבֿנון פֿאַראַיאָרן זומער

אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל.