פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער און געוועזענער ירושלימער בירגערמײַסטער אהוד אָלמערט, מיטן איצטיקן בירגערמײַסטער, אורי לופּאָליאַנסקי, און דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני, בעת אַ קאַבינעט־זיצונג, זונטיק, וואָס מע האָט ספּעציעל אָפּגעהאַלטן אינעם

די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן,

‫פֿון רעדאַקציע

אין די לעצטע חדשים זײַנען מיר גע­וואָרן עדות, ווי אין די געוועזענע סאַ­טע­ליטן־לענדער — סײַ פֿון די, וואָס זײַנען געווען אַ טייל פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַר­באַנד און סײַ די אומאָפּהענגיקע מדינות — קומט פֿאָר אַן אויפֿברויז פֿון אַנטי־רוסישע שטימונגען. מיר וועלן דאָ זיך נישט אַרײַנלאָזן אינעם באַטראַכטן די סיבות פֿון דער דערשײַנונג; זיי ליגן באַגראָבן אין טיפֿע היסטאָרישע און אידעאָלאָגישע שיכטן פֿון צווישנבאַציִונגען. מיר ווילן בלויז באַטאָנען, אַז ווי אַ רעזולטאַט און אַ קרבן פֿון אָט די דערשײַנונגען זײַנען געפֿאַלן, קודם־כּל, די דענקמעלער, לזכּרון די אומגעקומענע סאָוועטישע סאָלדאַטן, בעתן באַפֿרײַען די דאָזיקע פֿעלקער פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע.

פּאָליטיק

די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס.

פּאָליטיק, אײראָפּע
בראָניסלאַוו גערעמעק

דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָרי­קער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניס­טי­שע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן.

‫פֿון רעדאַקציע

נאָך פֿאַר דעם ווי דער צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע איז דער­שי­נען, האָבן די אויספֿרעגן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט געוויזן, אַז כּמעט 75 פּראָ­צענט בירגער פֿאָדערן, אַז דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, זאָל פֿאַרלאָזן זײַן אַמט. ער האָט ספּאָנטאַן באַשלאָסן אָנהייבן די מלחמה קעגן "כעז­באָלאַ", ער האָט זי געפֿירט אויף אַ הפֿקרדיקן אופֿן, און ער דאַרף איצט טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דורכפֿאַל אין דער מלחמה.

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סײַ די קאַסירערין, סײַ דער קונה זענען כינעזער (און אויך דער אַבאַקוס, וואָס די קאַסירערין ניצט איז אַ כינעזישער רעכן־מיטל) אין דער שפּײַזקראָם אין כאַבאַראָווסק, רוסלאַנד, דעצעמבער 2005
אין מיזרח-אייראָפּע קומען פֿאָר אינטע­רע­סאַנטע דעמאָגראַפֿישע און מיגראַציע-פּראָצעסן. גאַנץ אָפֿט זעט מען אַזאַ בילד: די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער סײַ צוליב דעם, וואָס דער עולם פֿאַרהאַלט זיך ניט אויף דער וועלט און האָט ווייניק קינדער, סײַ צוליב דעם, וואָס די יונגע און אַקטיווע לײַט זוכן אַ בעסער לעבן אין דער מערבֿ­דיקער וועלט. אָבער דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער מעשׂה. דער צווייטער טייל באַ­שטייט אין דעם, וואָס מיזרח-אייראָפּע ציט צו מיגראַנטן פֿון אַנדערע לענדער, וווּ דער מיזרח-אייראָפּעיִשער חודשלעכער געהאַלט פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר קלינגט ווי אַן אוצר. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק כינעזער, בפֿרט פֿון די ערגער אַנטוויקלטע געגנטן פֿונעם ריזיקן לאַנד.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער רוסישער עקאָנאָמישער פֿאָרום אין לאָנדאָן, פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, וואָס אַ צאָל הויך־באַאַמטע רוסישע געשעפֿטסלײַט האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו בויקאָטירן, לויט פּוטינס ווילן
לאָנדאָן פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אינעם לעבן פֿון די נײַע רוסישע עשירים. אַן ערך צען רוסישע ביליאָנערן און טויזנט מיליאָנערן האָבן לעצטנס געקויפֿט הײַזער און דירות אין לאָנדאָן און אין די סבֿיבֿות. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿאַרשיידענע: רוסן האַלטן אַ וועלט פֿון ענגלאַנד און בפֿרט פֿון דער ענגלישער אַריסטאָקראַטיע; די ענגלישע שפּראַך איז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע אין דער וועלט, פּריוואַטע שולן און אַלטע אוניווערסיטעטן ציִען צו רײַכע משפּחות מיט קינדער, און ליבעראַלע געזעצן דערלויבן די רײַכע אויסלענדישע תּושבֿים ניט צו צאָלן שטײַערן אויף זייערע הכנסות מחוץ־לארץ. די לאָנדאָנער בערזע ציט צו די גרעסטע רוסישע קאָמ­פּאַניעס מיט אירע ליבעראַלע רע­גי­סטראַ­ציע־באַדינגוגנען. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז די רוסישע באַפֿעלקערונג אין לאָנ­דאָן און דרום־ענגלאַנד געוואַקסן מער ווי צען מאָל.

‫פֿון רעדאַקציע

מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען די ידיעה, אַז באָריס יעלצין, דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם אומאָמפּהענגיקן רוסלאַנד איז געשטאָרבן.

וואָס איז געווען יעלצין פֿאַר רוסלאַנד? קודם־כּל, דער ערשטער קאָמוניסט פֿונעם העכסטן מאַכט־עשעלאָן, וואָס איז פֿון דעם דאָזיקן צוג אַראָפּגעשפּרונגען. ריכטי­קער געזאָגט, ער האָט זיך באַמיט אים אויס­צוקערעווען אין דער ריכטונג פֿון דע­מאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַן אויפֿגאַבע, וואָס אין רוסלאַנד, כּמעט אין אַלע היסטאָרישע תּקופֿות, פֿלעגט זיך עס פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניס­טער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה".

פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ היסטאָרישן חשבון, וועלכער ווערט אין אַלגעמיין גערעכנט אין הונדער­טער און טויזנטער יאָרן, זענען, פֿאַרשטייט זיך, 59 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ קליין פּינטעלע אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 59 יאָר געווען אַ גורלדיקע תּקופֿה, און מיר מעגן פֿײַערן אונדזער יום־טובֿ פֿון אומאָפּהענגי­קייט מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט.

אין די דאָזיקע 59 יאָר האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן. מיר האָבן אַ געזונטע עקאָנאָמיע מיט קאָ­לאָסאַלע דערגרייכונגען אין טעכנאָלאָ­גיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע גע­דאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויס­געזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס.