- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ. מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק. נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל. דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צוויי צווײַגן פֿון מאַכט אין אוקראַיִנע האָט דעם צווייטן אַפּריל אָנגענומען אַ קריטישע פֿאָרעם. דער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ האָט באַשלאָסן צו צעלאָזן די אויבער־ראַדע (פּאַרלאַמענט) און באַשטימט נײַע וואַלן אויף דעם 27סטן מײַ. זײַנע קעגנער, מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש בראָש, טענהן, אַז דער דאָזיקער דעקרעט שטימט ניט מיט דער קאָנסטיטוציע, און זיי האָבן זיך באַקלאָגט אויף דעם פּרעזידענט אינעם אויבער־געריכט. די וואָרצלען פֿון דער שפּאַנונג צווישן דעם פּרעזידענט און דער "ראַדע" קומען אַרויס פֿון דער "אָראַנזש־רעוואָלוציע" פֿון 2004. די ים־שיפֿן, פּונקט ווי אַלע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע נעמען. חוץ דעם, טשעפּען זיך צו אייניקע פֿון זיי אויך צו אַ צונאָמען. "גרויסער דזשאָן" (Big John) — איז דער צווייטער, קאָן מען זאָגן, נאָמען דעם דעם באמת ריזיקן אַמעריקאַנער אַוויאַטרעגער "דזשאָן קענעדי". קיין געשטאַלט האָט ניט אַרויסגערופֿן אַזעלכע הייסע סיכסוכים און חילוקי־דעות אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ווי די פֿיגור פֿון ישו הנוצרי. דער סאַמע באַרימטסטער סקאַנדאַל האָט אויסגעבראָכן אין "פֿאָרווערטס" נאָך דער ענגלישער פּובליקאַציע פֿון שלום אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת" אין 1938. פֿאַר דעם האָט אַש באַצאָלט מיט זײַן פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", ווי דער ראָמאַניסט נומער איינס. דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט. שבת, דעם 27סטן מערץ האָבן די פֿירער פֿון 27 לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צוזאַמענגענומען אינעם הויז פֿון דער בערלינער אָפּערע, כּדי צו הערן בעטהאָווענס סימפֿאָניע #5, אויסגעפֿירט לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז אויפֿגעקומען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; נאָכן קאָנצערט, זײַנען אַלע געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ. בײַם בראַנדענבורגער טויער, וווּ עס זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן 27 "נאַציאָנאַלע" געצעלטן, האָט מען דעם המון מכבד געווען מיט נאַציאָנאַלע מאכלים און זיי פֿריילעך געמאַכט מיט פֿאַרשידענע אַטראַקציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די באַרימטע פּאָפּ־שטערן. ביז הײַנט צו טאָג איז נאָך אַלץ ניטאָ אין חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל אַ פֿאָרמעלע, איינהייטלעכע לערן־פּראָגראַם, פֿאַר דעם לימוד פֿון אונדזער חורבן און דעם אומקום פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דער פֿאַרלוסט פֿאַר אונדזער פֿאָלק איז אומגעהײַער גרויס, און די וווּנדן זענען נאָך טיף און אומהיילבאַר. ס׳איז געווען אַ סצענע, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין ניו־יאָרק. אין דער תּימנער אַמבאַסאַדע אויף מיזרח 51סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט דער קאָנסול, נאַגיב אַ. אַלדזשאַבאַובי, געפֿירט אַ וואַרעמען שמועס מיט אַ ייִדישן בחור מיט שוואַרצע פּאות — אויף אַ פֿליסיקן אַראַביש. דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אייראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בייגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. |