פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סוף־כּל־סוף, צום ערשטן מאָל אין אַ יובֿל, האָט מען אין דײַטשלאַנד זיך דערמאָנט וועגן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, וועלכע וווינען איצט אינעם דאָזיקן לאַנד. מ׳האָט זיך דערמאָנט וועגן זיי אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, געווידמעט דעם לעבן פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדן, וועלכע האָט זיך געעפֿנט נאָך מיט צוויי חדשים צוריק, אין אָקטאָבער, אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי.

‫פֿון רעדאַקציע

קודם־כּל, דאַרף מען דאָ באַוואָרענען, אַז עס גייט, חלילה, נישט די רייד וועגן גזירות אָדער פּאָגראָמען, גוט באַקאַנט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, נאָר וועגן אַ פֿילאַנטראָפּישער אַקציע, דורכגעפֿירט דורכן רײַכן "רוסישן" ייִד אַרקאַדי הײַדאַמאַק (גײַדאַמאַק), וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. זײַן נאָמען איז גוט באַקאַנט די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט, סײַ צוליב די סענסאַציע־אַרטיקלען אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען און סײַ צוליב זײַנע קאָנטראָווערסיעלע מעשׂים, וואָס נישט אַלע בירגער פֿונעם ייִדישן לאַנד זײַנען פֿון זיי באַגײַסטערט.

‫פֿון רעדאַקציע

די דעמאָקראַטישע "איבערקערעניש" אין קאָנגרעס האָט דאָס מאָל ווידער באַשטעטיקט דעם פֿאַרשפּרייטן זאָג, אַז אויב אין וואַשינגטאָן גיט מען אַ ניס, פֿילט מען דאָס פֿאַרקילעכץ אינעם ווײַטסטן ווינקעלע פֿון דער וועלט.

מע דאַרף זאָגן, אַז אויף אַזאַ "ניס" האָט מען אין דער וועלט אַרויסגעקוקט, סײַדן, דער קינדיש־מאַכטהאָבערישער פּרעזידענט בוש האָט עס נישט דערוואַרט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער פֿריִערדיקער פּרעמיער-מיניסטער אַריאל שרון האָט מיט קרובֿ זעקס יאָר צוריק אָפּגעשטאַט זײַן ערשטן וויזיט אין ווײַסן הויז ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג, האָט אים דער פּרעזידענט בוש אויפֿגענומען זייער העפֿלעך, אָבער נישט זייער פֿרײַנדלעך. דאָס איז געווען נאָך שרונס ערשטן אויסוואַל אין פֿעברואַר 2001. דער גאַסטגעבער האָט די רעזומירנדיקע פּרעסע-קאָנפֿערענץ נאָך זייער באַגעגעניש "אונטער פֿיר אויגן" פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָפֿענעם וויכּוח, אין וועלכן עס זענען געקומען צום אויסדרוק די חילוקי-דעות צווישן די צוויי מנהיגים.

פּובליציסטיק

אַ דעמאָנסטראַנט רופֿט צו באַפֿרײַען דעם שפּיאָן דזשאָנאַטאָן פּאָלאַרד פֿון תּפֿיסה, פֿאַרן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, אין ירושלים, דעם 6טן פֿעברואַר 2005
דעם 21סטן נאָוועמבער וועט ווערן 21 יאָר זינט דעם אַרעסט פֿון דזשאָנאַטאַן פּאָלאַרד, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש פֿאַר מדינת־ישׂראל. פּאָלאַרד האָט געדינט אין דער אויסשפּיר־אָפּטיילונג פֿון דעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט און ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן פֿון דער אויסשפּיר־אַגענטור גיבן נישט איבער געוויסע אינפֿאָרמאַציעס צו ישׂראל, צו וועלכע זיי זענען פֿאַרפֿליכטעט לויט אַן אָפּמאַך צווישן ביידע לענדער.

‫פֿון רעדאַקציע

צו דער אָנגעשטרענגטער צײַט אין ישׂראל, באַזונדערס, צוליב דעם אַלגעמיינעם קריזיס נאָך דער מלחמה אין לבֿנון — אין און אויסער דעם לאַנד — האָט איר אויסגעפֿעלט, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, נאָר אַ קדחת. אָבער אויך די אָנשיקעניש האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן.

דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ", וואָס עס קלײַבט זיך דורכצופֿירן אין ירושלים "דאָס אָפֿענע הויז" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון דער סעקסועלער מינדערהייט — האָט אָבער אָפּגערוקט אין אַ זײַט אַלע "ברענענדיקע מלוכה-ענינים" און צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט.

פּובליציסטיק

מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט.

די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון איתן פֿינקעלשטיין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חנה אַרענדט
הײַיאָר ווערט ברייט אָפּגעמערקט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט דער 100־יאָריקער געבורטסטאָג פֿון ער דײַטשיש־אַמעריקאַנער דענקערין, שרײַבערין און פּובליציסטין חנה אַרענדט.

חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

‫פֿון רעדאַקציע

צווישן דעם איצטיקן זשום און רעש ערבֿ די וואַלן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט זיך די טעג דערהערט אַ קול, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק מיט זײַן ניכטערער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן דער דערקלערונג פֿון האַואַרד דין, דער הויפּט פֿונעם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט. און געזאָגט האָט ער, אַז אויב די דעמאָקראַטן וועלן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן קאָנגרעס, הייסט עס נאָך נישט, אַז עס וועט זיך בײַטן דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קורס מכּוח דער מיליטערישער אַקציע אין איראַק.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָמער מיינט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, וואָס האָט דערמעגלעכט איוועט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג ווי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געוואָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען ווי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס.

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.