- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט. מע קאָן לעצטנס אָפֿט הערן פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע" וועגן אַ מין פּשרותדיקן פּלאַן פֿון אַ פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, אַ צונויפֿגוס פֿון "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך". דערמאָנט עס באַלד אין יענעם געמיש פֿון נאַפֿט און השתּנה. אין רעזולטאַט באַקומט זיך, אַז די קוואַליטעט פֿון דער השתּנה ווערט טאַקע העכער, אָבער אַזאַ געמיש מאַכט גיך קאַליע דעם מאָטאָר און די מאַשין בלײַבט, סוף־כּל־סוף, שטיין. מעגלעך, אַז דער מישפּט צווישן די יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה און איינעם פֿון די גרעסטע דײַטשישע קאַרטעלן — האַנדל־געשעפֿט Karstadt-Quelle — איז מסתּמא דער לעצטער קאַמף פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, פֿאַרלוירן בעתן נאַצי־רעזשים. נאָך פֿאַר דעם ווי היטלער און זײַן קליקע זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1933, האָט די משפּחה ווערטהײַם געהאַט אין איר רשות באָדן, קראָמען און אַנדער פֿאַרמעגן, וואָס די נײַע דעמאָלטיקע מאַכט האָט קאָנפֿיסקירט בײַ זיי און איבערגעגעבן צו אַנדערע באַלעבאַטים. צווישן אַלע ערד־חלקים האָט מער פֿון אַלע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ערד־חלק אויף דעם "פּאָטסדאַמער פּלאַץ", וואָס אין 1991 האָט עס "אָפּגעקויפֿט" בײַ דער פֿעדעראַלער מאַכט דער קאָנצערן Karstadt-Quelle און באַצאָלט פֿאַר דער קניה איין "דויטשע מאַרק".
"די בעסטע טובֿה װאָס אונדזערע רוסישע חבֿרים װאָלטן געקענט אונדז מאַכן, איז ניט אַרױסזאָגן זיך װעגן אונדז".
"דאָס איז אַ בוך ניט װעגן דעם װי די רוסן און די ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם אין משך פֿון 200 יאָר, דאָ װערט דערצײלט װי זײ האָבן געלעבט באַזונדער אױף אײן שטח".
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, אײנער פֿון די גרעסטע קעמפֿער מיטן סאָװעטישן רעזשים, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן אָנגעהױבן צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַנדער גורלדיקער, װי ער גלײבט, פּראָבלעם — די סיבות װאָס האָבן דערפֿירט צו דער אַנטשטײוּנג פֿון אָט דעם רעזשים. אין דעם בוך "200 יאָר אין אײנעם" טרעט ער אַרױס — לויט זײַן מיינונג — װי אַ היסטאָריקער, און קומט צום אױספֿיר, אַז אין אַ גרױסער מאָס זײַנען אין דעם שולדיק די ייִדן. זײַן אױספֿיר אַרגומענטירט ער מיט פֿילצאָליקע אױספֿירלעכע "היסטאָרישע מאַטעריאַלן", װעלכע ער שעפּט אָן פֿולע זשמעניעס אין די שריפֿטן פֿון אַנדערע באַקאַנטע אַנטיסעמיטן, באַשרײַבנדיק די 200־יאָריקע "באַציִונגען" צװישן דעם רוסישן פֿאָלק און די ייִדן אױף דעם ריזיקן שטח פֿון דער רוסישער אימפּעריע און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט די 61סטע גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען". ווי מ'האָט דערוואַרט פֿון פֿריִער, איז די הויפּט־סענסאַציע פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש און דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעזשאַד. די קאָנפֿראָנטאַציע פֿון די צוויי נעגאַטיוו־פּאָפּולערע וועלט־פֿירער וואַקסט און נעמט אָן כּוח; אין דער נאָכמלחמהדיקער געשיכטע פֿון אַמעריקע, האָט נאָר פֿידעל קאַסטראָ דערגרייכט אַזאַ הויכן גראַד פֿון אומחן. און ס'האָט גענומען צענדליקער יאָרן, ביז פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אים דערלאַנגט די האַנט; אין יאָר 2000 איז עס געשען און, שטעלט זיך פֿאָר, פּונקט אויף אַזאַ מין אַסיפֿה. אָבער אין דעם פֿאַל גלייבט זיך אָבער נישט, אַז די צוויי גדולים וועלן בײַ זייער פּרעזידענטשאַפֿט דערלעבן צו אַזאַ רירנדיקן מאָמענט, אַפֿילו ערגעץ אין די קולואַרן. נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע. פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן אױף אַזעלכע ערטער, פֿון װעלכע עס איז שװער אַרױסצוקריכן מיטן לעבן. געװען צײַטן — אײדער מען האָט אונטערגעשריבן דעם שלום מיט ירדן — װען עס איז געװען אין דער מאָדע זיך אַרײַנצושמוגלען אַהין, כּדי באַזוכן און באַװוּנדערן פּעטראַ, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון די נאַבאַטײער. געװען אױך אַזעלכע װאָס זענען געפֿאָרן מיט פֿרעמדע פּאַספּאָרטן אין כּלערלײ אַראַבישע מדינות. איצט דערװיסט מען זיך װעגן ישׂראלים װאָס שרעקן זיך נישט צו פֿאָרן קײן איראַן. פֿאַר װאָס טוען זײ דאָס? הלמאַי פֿאָרן זײ אַהין? מען איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. װײסן זײ נישט, אַז די איראַנער זענען אונדזערע גרעסטע שׂונאים און װילן "אױסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע..?" ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן? ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן. דער אַלטער מיין, אַז מיט אַ ייִד איז נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן, איז אַקטועל הײַנט אויך; און נישט סתּם מיט אַ ייִד, נאָר מיט אַ ייִדישער רעגירונג. זעט איר דאָך, נאָך דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, פֿאַרמאַכט זיך נישט דער טויער אין ירושלים: אָט איז געווען דער ראָש פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, און אָט איז נאָך אים געקומען סערגיי לאַווראָוו, דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד; נישט באַוויזן אַראָפּצונעמען פֿונעם טיש דעם סאַמאָוואַר, ווי מע דאַרף שוין דערלאַנגען ענגלישע טיי מיט מילך — דער פּרעמיער טאָני בלער שטייט שוין אויף דער שוועל. די בריטישע פּאָליטישע סיסטעם האָט אַ סך מעלות, אָבער אײן חסרון. זי פֿאַרמאָגט ניט קײן קלאָרן מעכאַניזם פֿון בײַטן דעם פּאָליטישן פֿירער. אין אונטערשיד צו אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער, װערט דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער ניט אױסגעװיילט דירעקט דורך דער באַפֿעלקערונג. דער פּאַרטײ־פֿירער װערט אױסגעקליבן דורך זײַן פּאַרטײ, און נאָר די פּאַרטײ קאָן בײַטן דעם פּרעמיער־מיניסטער, װען זי האַלט עס פֿאַר נײטיק. אַזױ אַרום קאָן דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער בלײַבן אױף זײַן שטעלע אַזױ לאַנג װי ער און זײַן פּאַרטײ װילן. ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען. אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000. |