פּובליציסטיק

די וואָך איז די טעמפּעראַטור שטאַרק געפֿאַלן, צום ערשטן מאָל דעם ווינטער, אויפֿן מיזרח־ברעג און אינעם מידוועסט פֿון אַמעריקע. אויף די באַן־סטאַנציעס, אין פּאַרקן, אויף די שוועלן פֿון בנינים, זעט מען היימלאָזע מענטשן, סײַ יונגע, סײַ אַלטע, אַרומגעוויקלט אין קליידער, קאָלדרעס און קאַרטאָנען. לויט די לעצטע באַריכטן, איז דער היימלאָזיקייט־קריזיס ערגער געוואָרן די לעצטע צוויי יאָר. אין אַ סך פֿון די גרויסע שטעט האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרגרעסערן די צאָל האַרבעריקן וווּ די היימלאָזע קענען שלאָפֿן אין אַ נויט; אָבער אַפֿילו מיט דער פֿאַרגרעסערונג האָט מען נישט באַוויזן צו האָבן גענוג אָרט.

פּובליציסטיק, געשיכטע
אַ רעקלאַמע פֿונעם אַמאָליקן שיינקייט־קאָנקורס "מיס סאָבווייס"

דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, בײַ אַ משפּחה וואָס האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ, האָב איך אַ גרויסן חלק פֿון מײַן לעבן "אויסגעלעבט" אויף דער אונטערבאַן ("סאָבוויי"). הגם הײַנט פֿאָר איך בדרך־כּלל מיטן אויטאָ און מיט דער מחוץ־שטאָטישער באַן "מעטראָ־נאָרט" (Metro North), מוז איך מודה זײַן, אַז מײַנע יאָרן אויף דער אונטערבאַן האָבן זיכער געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אַן עכטן ניו־יאָרקער.

פּאָליטיק, אַמעריקע
פֿון דניאל טרײַטמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער איראַקער מלחמה, דעם 27סטן יאַנואַר, אין וואַשינגטאָן

די אַנטי־מלחמה-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין וואַשינגטאָן קעגן דער איראַק־מלחמה, פּלאַנירט איצט אַ צווייטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין דער אַמעריקאַנער קרוינשטאָט. דאָס מאָל וועט דער ציל פֿון זייער אומצופֿרידנקייט זײַן מדינת־ישׂראל.

דעם מאַרש פֿונעם 27סטן יאַנואַר, בײַ וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער טויזנטער מענטשן, האָט אָרגאַניזירט די גרופּע United for Peace and Justice (פֿאַראייניקט לטובֿת שלום און גערעכטיקייט) — אויך באַקאַנט דורך די ראשי־תּיבֿות "יו־עף־פּי־דזשיי". די זעלבע גרופּע האָט איצט אָנגעהויבן פּלאַנירן, בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו לייזן די ישׂראל־אָקופּאַציע", אַ צוויי־טאָגיקע דעמאָנסטראַציע אין יוני, מיטן נאָמען "די וועלט זאָגט ׳ניין׳ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל, משה קצבֿ, אין זײַן רעדע צום פֿאָלק

דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה.

נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מאַניפֿעסטאַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע האָט גערופֿן צו באַפֿרײַען די דרײַ געפֿאַנגענע צה״ל־סאָלדאַטן

דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויכטיקע קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן אין ירושלים

מיט אַ חודש צוריק, פֿון 19טן ביזן 21סטן דעצעמבער 2006, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אד״ט: "המישפּטים שלאַחר השואה — ייצוג, תּודעה והיסטוריוגרפֿיה" — די פּראָצעסן נאָכן חורבן: רעפּרעזענטאַציע, באַוווּסטזײַן און היסטאָריאָגראַפֿיע. קרובֿ צו 40 פּראָפֿעסאָרן, פֿאָרשער פֿון דעם חורבן און היסטאָריקער פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט, אין צוגאָב צו די צענדליקער פֿון ישׂראל גופֿא, האָבן זיך באַטייליקט, במשך פֿון דרײַ טעג, אין די פֿאַרשיידענע סעסיעס און פּאַנעלן.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע — "הדסה", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1912 דורך הענריעטע סאָלד, איז די גרעסטע ייִדישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿרוי סאָלד איז דעמאָלט געווען זייער באַזאָרגט וועגן דעם, וואָס אין ירושלים האָבן געהערשט אָרעמקייט און קרענק. און דאַן האָט זי געגרינדעט אַ פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, וואָס ס׳זאָל קריגן און ליפֿערן מעדיצינישע אויסשטאַטונג קיין ירושלים. אין יאָר 1913 זענען קיין ארץ־ישׂראל אָנגעקומען די צוויי ערשטע קראַנקן־שוועסטער און שפּעטער — אַ דאָקטוירים־מאַנשאַפֿט אין פֿולן באַשטאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות.

אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט די ידיעות אין דער פּרעסע, וועט פֿאָרקומען אין בערלין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן איראַנס פּאָליטיק אין באַציִונג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. די דעמאָנסטראַציע איז פּלאַנירט אויפֿן 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און דער טאָג וואָס איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער "געדענק־טאָג" פֿונעם חורבן. דער באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דעם איז אָנגענומען געוואָרן דורך איר אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויף איר סעסיע פֿון ערשטן נאָוועמבער 2005, און דער דאָזיקער באַשלוס וואַרפֿט אויך אָפּ די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

 טעדי קאָלעק
דאָנערשטיק, דעם 4טן דעצעמבער, האָט ירושלים אַרויסבאַגלייט צו זײַן אייביקער רו איר געוועזענעם לעגענדאַרן ראָש־העיר, טעדי קאָלעק, ז״ל.

די נאַציאָנאַלע און מוניציפּאַלע פֿענער פֿון ישׂראלס הויפּטשטאָט זענען אַרונטערגעלאָזט געוואָרן ביז האַלבן מאַסט, ווי אַן אויסדרוק פֿון טרויער נאָך איר באַליבטן געוועזענעם בירגער־מײַסטער. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 95 יאָר. במשך פֿון 28 יאָר איז ער געווען בירגער־מײַסטער, ביז ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן אַמט אין די מוניציפּאַלע וואַלן אין 1993, צו זײַן פֿאַרטרעטער דעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. ער איז געקומען צו קבֿורה אויפֿן הר־הרצל, אין דעם טייל פֿון די פֿאַרשטאָרבענע גרינדער און מנהיגים פֿון דער מדינה, מיט אַ פּאַסיקער מלוכישער צערעמאָניע.

פּאָליטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדע באַוועגונג מוז אין לויף פֿון צײַט זיך צופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען, וואָס פֿאָדערן אַ פּירוש אויף די גרונט יסודות פֿון דער אידעאָלאָגיע, ווען זי איז פֿאָרמולירט געוואָרן בײַ איר געבורט. די אינטערפּרעטאַציעס מוזן בלײַבן געטרײַ די גרונט־יסודות פֿון דער אמונה, פֿילאָס אָפֿיע אָדער אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג. דער קלאַסישער בײַשפּיל איז אונדזער אייגענע טראַדיציע (מסורה). נישט נאָר איז די תּורה שבכּתבֿ הייליק, נאָר אויך די תּורה שבעל פּה פֿאַרמאָגט די זעלבע קדושה, הגם זי איז דער פּירוש אויף דער תּורה שבכּתבֿ.