פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן (לינקס) מיטן פּרעמיער לוי אשכּול

אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מילי­טערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָל­דאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דײַטשישע פּאָליציי פֿירט שוין צוויי חדשים פּרעווענטיווע אַקציעס צוליב מעגלעכע אַטאַקן פֿון די G-8 קעגנער. אויפֿן בילד: די פּאָליציי, בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין האַמבורג, דעם 9טן מײַ.

נאָך מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די טרעפֿונגען צווישן די פֿירער פֿון די 7 גרויס־אינדוסטריעלע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, איטאַליע, יאַפּאַן און קאַנאַדע — פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ געשעעניש פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך וויכ­טיקן פֿאַרנעם. די באַגעגעניש אין ראַמבוּיע, לעבן פּאַריז, אין 1975, אָרגאַניזירט דורך זשיסקאַר ד‘עסטען, דעם דעמאָלטיקן פּרעזי­דענט פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרויס­געוויזן די זאָרג פֿון דער וועלט־עליט צוליב דעם וואַקסנדיקן כאַאָס אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים.

‫פֿון רעדאַקציע

ווי אַ סענסאַציע, ווערט אָפּגעשאַצט די טרעפֿונג צווישן די הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון וואַשינגטאָן און טעהעראַן, וואָס איז די וואָך פֿאָרגעקומען אין באַגדאַד. די איינציקע טעמע, וואָס איז געווען דאָרט באַרירט, האָט געהאַט אַ שײַכות צום קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ אין איראַק. אייגנט­לעך, האָט טאַקע דער דאָזיקער מצבֿ צונויפֿגעפֿירט די ביידע צדדים, וואָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אויף אַזאַ הויכן דיפּלאָמאַטישן אופֿן נאָך 28 יאָר. נאָך דער רעוואָלוציע אין איראַן, וואָס האָט געבראַכט צו דער מאַכט די פֿאַנאַטישע איס­לאַמיסטישע רעגירונג, איז איראַן גע­וואָרן אַ טייל פֿון דעם באַקאַנטן "אַקס פֿון בייז", און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנגעהויבן אויסזען אין די אויגן פֿון די פֿאַנאַטיקער ווי דער "גרויסער שׂטן".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עמיר פּרץ און זײַן פֿרוי, אחלמה, שטימען אין זייער היימשטאָט שׂדרות

"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
און "עבֿודה" עסט אויף אירע גרינדער...

דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבע­טער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדן פֿון דער באָמבאַרדירטער שטאָט שׂדרות באַזעצן זיך אויף אַ פּאָר טעג אין אַ געצעלט אין פּאַרק־הירקון אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ דאַנק דעם נגיד אַרקאַדי גײַדאַמאַק, דעם 24סטן מײַ 2007.

די “קאַסאַם"־ראַקעטן אויף דער שטאָט שׂדרות און די שכנותדיקע ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס, הערן ניט אויף צו פֿאַלן, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט. מיר געפֿינען זיך איצט אין אַן אָנגייענדיקן, אוימאויפֿהערלעכן קאַמף מיט אַ קאָמפּראָמיסלאָזן בלוטיקן שׂונא, אַ געמיש פֿון דער פֿאַנאַטישער “כאַמאַס"־פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אַ צאָל באַ­וואָפֿנטע שפּליטער־באַנדעס, ווי די מוסול­מענישע "דזשיהאַד"־גרופּע, און אַנדערע, וואָס דערקלערן אָפֿן, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אין פּאַלעסטינע, אַז זיי זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן “ביז זייער לעצטן קעמפֿער", כּדי אָפּצוּווישן מדינת־ישׂראל פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך און באַ­פֿרײַען די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿון דער ייִדישער הערשאַפֿט. זיי ווערן דערמוטיקט און געשטיצט פֿון איראַן, סיריע און אַנדערע אַראַבישע, מוסולמענישע לענדער.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוני­ווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווער­סיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מעטיו לעוויטאַן

ווער פֿון אונדז געדענקט נישט דעם ברויזנ­דיקן, שפּרודלדיקן, זשוואַווען און צעדרייטן — זיראָ מאָסטעל. שוין צײַט אים צו דערמאָנען צום גוטן. ער האָט זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קאָ­מעדיאַנט, אַקטיאָר, פֿילם־ און בינע־קינסט­לער. זײַן ראָלע אין דעם פֿילם "די פּראָדוסערס", געשריבן פֿון מעל ברוקסן (נאָך אַ ייִדישער קאָמי­קער פֿון זעלבן זגאַל), האָט אונדז ממש אונטער­געהויבן. איך האָב זיראָן צום ערשטן מאָל געזען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", מיט אַ פֿערציק יאָר צו­ריק אויף בראָדוויי. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט מיר דע­מאָלט דערלאַנגט צוויי בילעטן מיט די ווערטער:

‫פֿון רעדאַקציע

מע רופֿט זיי אין ישׂראל, זײַנען אין שׂדרות כּמעט נישטאָ. סײַדן, בײַם שוץ־מיניסטער עמיר פּרץ, אַ תּושבֿ פֿון דער שטאָט, וואָס באַווײַזט זיך דאָרט, אַגבֿ, זייער זעלטן.
וואָס זשע באַקומט זיך? פֿון יאָר 2001 האָט די ישׂראל־רעגירונג גאָר נישט רעאַגירט אויף דעם, אַז אַ גאַנצע שטאָט ווערט באַשאָסן, ווי אַ שיס­ברעט פֿאַר די פּאַלעסטינער טעראָריסטן.

פּאָליטיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאָנגרעספֿרוי אילעאַנאַ ראָז־לעטינען, נאָך איר רעדע פֿאַר די 700 וואָלונטירן, מיטן פּרעזידענט פֿון "נאָרפּעק" , ד״ר בען טשאָייק (Choake), רעכטס, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם שליחות־וויזיט, ד״ר מאָרט פֿרידמאַן; אינעם  "וואַשינגטאָן קאָרט־האָטעל ", דעם 9טן מײַ
זייער ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאָן יעדער בירגער פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן און זיך טרעפֿן אויף אַ פּריוואַטער זיצונג מיט אַ מיטגליד פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, כּדי צו פּרוּוון אים איבערצוצײַגן צו שטימען "פֿאַר" אָדער "קעגן" אַ געוויסן געזעץ־פּראָיעקט אָדער רעזאָלוציע.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון לינקס צו רעכטס: ישׂראלס פּרעמיער אהוד ברק, אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער מאַדלען אָלברײַט, פּרעזידענט ביל קלינטאָן און סיריעס אויסערן־מיניסטער, פֿאַרוק שאַראַ.
איז מעגלעך אַ שלום מיט סיריע?
דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים.

‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט קאָנדאַליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רוסלאַנד. ווי עס פֿירט זיך אויף אַזאַ הויכן אופֿן, האָט די פּרעסע "דערוואַרעמט" דעם עולם נאָך איידער די געסט פֿון וואַשינגטאָן האָבן געלאַנדט אין מאָסקווע. ביידע צדדים אין זייערע עפֿנטלעכע דערקלערונגען האָבן זיך אויסגעטוישט מיט גענונג שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿון איינעם מכּוח דעם אַנדערן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער געוועזענער ריכטער אליהו ווינאָגראַד (לינקס) גיט פּרעמיער אהוד אָלמערטן דעם באַריכט וועגן דער לבֿנון־מלחמה, אינעם פּרעמיערס ירושלימער ביוראָ, דעם 30סטן אַפּריל,

זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט.